דער מאַווזאָליי פֿון ערנעסטאָ געוואַראַ, מער באַקאַנט ווי טשע געוואַראַ אָדער פּשוט „טשע‟, דער לעגענדאַרער העלד פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע און אַ פּאָפּולערער סימבאָל פֿון פֿאַרשיידענע פּראָטעסט־באַוועגונגען, ציט צו נישט ווייניק טוריסטן פֿון דער גאַנצער וועלט. אינעם יאָר 1995, האָט דער פּענסיאָנירטער באָליווישער גענעראַל מאַריאָ וואַרגאַס איבערגעגעבן, אַז ער ווייסט, וווּ טשע געוואַראַ ליגט באַערדיקט. די אַרכעאָלאָגן פֿון עטלעכע לענדער האָבן באַשטעטיקט דאָס געביין פֿונעם באַרימטן רעוואָלוציאָנער; מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט מען אַריבערגעבראַכט זײַנע ביינער קיין סאַנטאַ־קלאַרע, וווּ מע האָט אויסגעבויט פֿאַר אים אַ גרויסן מאַווזאָליי.
דער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף זשאַן־פּאָל סאַרטר, וועלכער האָט זיך פּערזענלעך געטראָפֿן מיט טשע געוואַראַ, האָט אים געשידלערט ווי אַ גרויסן חכם און „דעם סאַמע שלמותדיקן מענטשן פֿון דער הײַנטיקער תּקופֿה‟. טשע געוואַראַס קריטיקער באַשולדיקן אים אין ברוטאַלן אויטאָריטאַריזם. אַזוי צי אַזוי, האָט דער ניו־יאָרקער זשורנאַל „טײַם‟ אים פֿאַררעכטן אין דער רשימה פֿון די 100 וויכטיקסטע מענטשן אין דער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
אין טשע געוואַראַס טויט איז געווען שולדיק די אַמעריקאַנער „סי־אײַ־איי‟. דעם 9טן דעצעמבער, 1967, האָט אַ געהיימער אַגענט פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע געהייסן אים שיסן, צוערשט, אין די פֿיס און הענט, כּדי אויסצובאַהאַלטן דעם מאָרד און פֿאַרשטעלן עס ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ מלחמה־שלאַכט; דערנאָך האָט מען אים דערהרגעט. אַחוץ זײַן רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט, איז ער געווען אַ באַגאַבטער שרײַבער און דענקער, וועלכער האָט אינספּירירט צענדליקער אַנדערע מחברים.
ווי אַזוי קומט מען אָבער קיין סאַנטאַ־קלאַרע? די אָפֿיציעלע נסיעות מיט טוריסטישע אויטאָבוסן זענען געווען צו טײַער פֿאַר אונדז, דערפֿאַר האָבן מיר אָנגעהויבן זוכן אַ צופֿעליקן אויטאָ. סאַנטאַ־קלאַרע איז די פֿינפֿט־גרעסטע שטאָט אין קובאַ, מיט 220 טויזנט תּושבֿים, אָבער נישט די פּאָפּולערסטע צווישן די טוריסטן. מיר האָבן זיך געדונגען מיט אַ פּאָר האַוואַנער טאַקסיסטן, וועלכע האָבן מסכּים געווען צו פֿאַרברענגען מיט אונדז אַ גאַנצן טאָג אין סאַנטאַ־קלאַרע און אָפּצופֿירן אונדז צוריק פֿאַר אַ גענוג נידעריקער סומע געלט.
מיר האָבן אָפּגערעדט, אַז דער אויטאָ וועט קומען אויפֿן צווייטן טאָג אינדערפֿרי. ממילא, האָבן מיר באַשלאָסן צו געפֿינען אַן אַנדער וועג קיין סאַנטאַ־קלאַרע. שטעלט זיך פֿאָר, אַז אין האַוואַנע טרעפֿן מיר זיך אָן אויף די זעלבע טאַקסיסטן, וועלכע האָבן בײַ אונדז געבעטן נאָך מער געלט, ווי בײַם אָנהייב פֿונעם דינגען זיך נעכטן. ווען מיר האָבן זיך אָפּגעזאָגט, האָבן זיי באַלד געפֿונען אַן אַנדער מענטש, וועלכער האָט מסכּים געווען מיטן נעכטיקן פּרײַז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.