אַן אַרטיקל פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ די פֿאַרגאַנגענע וואָך, וועגן דעם נײַעם רבֿ פֿון דער „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟ אין ברוקלין, נ״י, האָט אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אינטערעס בײַ די לייענער, בפֿרט וואָס שייך דער לעבנס־געשיכטע פֿונעם רבֿ.
ר׳ ישׂשׂכר כּ״ץ, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין די סאַטמערער ישיבֿות און וואָס זײַן סמיכה איז פֿון אַ סאַטמערער דיין, איז הײַנט דער הויפּט פֿון תּלמוד־שטודיעס אינעם פּראָגרעסיוון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבנים־סעמינאַר „ישיבֿת חובֿבֿי תּורה‟. מענטשן האָבן געוואָלט וויסן: ווי אַזוי איז אַזאַ איבערגאַנג פֿאָרגעקומען? וואָס האָט משפּיע געווען אויף הרבֿ כּ״ץ צו פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, בפֿרט אַז ער איז סײַ־ווי פֿאַרבליבן שומר־מיצוות, אין פֿאַרגלײַך מיט אַזוי פֿיל אַנדערע געוועזענע חסידים, וועלכע האָבן אָפּגעוואָרפֿן דעם רעליגיעזן לעבנס־שטייגער?
איין זאַך באַטאָנט הרבֿ כּ״ץ, ווען מע פֿרעגט אים די שאלות: זײַן פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט איז בשום־אופֿן נישט געווען פֿאַרבונדן מיט קיין אומגליקלעכע קינדער־יאָרן. „ס׳רובֿ פֿון די מענטשן, וועלכע פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, האָבן געליטן פֿון אַ צעבראָכענער היים, אָדער געוויסע פֿרומע ייִדן האָבן זיי שטאַרק באַעוולט, אָבער בײַ מיר איז געווען פּונקט פֿאַרקערט. מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ גליקלעך צוזאַמענלעבן און געשאַפֿן פֿאַר אונדז, קינדער, אַ ליבע, וואַרעמע היים,‟ האָט הרבֿ כּ״ץ דערקלערט.
שוין ווי אַ קינד האָט ישׂשׂכר שטאַרק ליב געהאַט צו לערנען גמרא און ער האָט זיך בײַ דעם אויסגעצייכנט. אָבער וואָס עלטער ער איז געוואָרן, אַלץ מער האָבן אים די סאַטמערער ספֿרים אויסגעזען נישט גענוג טיף, און אָן ניואַנסן. ער איז נישט געווען דער איינציקער, וואָס האָט אַזוי געמיינט. אין די אָנהייב־1980ער זענען אַ וואַקסנדיקע צאָל סאַטמערער ישיבֿה־בחורים געקומען צו דער זעלבער מסקנה און אָנגעהויבן לייענען בשתּיקה די מער מיסטישע ליובאַוויטשער ספֿרים. „בײַ אונדז האָט ליובאַוויטש אויסגעזען מער סאָפֿיסטיצירט, שאַפֿעריש און דרייסטער ווי אַלע אַנדערע חסידישע השקפֿות,‟ האָט כּ״ץ געזאָגט.
דאָס זענען געווען שווערע צײַטן פֿאַר דער סאַטמערער פֿירערשאַפֿט. זעענדיק ווי זייערע געניטסטע תּלמידים — ממש די פּני — ווערן באַצויבערט פֿון חב״ד־ליובאַוויטש און ווערן אַפֿילו אַליין ליובאַוויטשער חסידים, האָבן די סאַטמערער רבנים זיך גוט איבערגעשראָקן, און ס׳האָט זיך צעוואָקסן אַ הייס מחלוקת צווישן די צוויי גרופּעס. אָפֿט מאָל האָט עס געפֿירט ממש צו קלעפּ. דער הויכפּונקט איז געווען דער טרויעריק־באַרימטער אַטאַק אין יוני 1983 אויף הרבֿ מענדל וועכטער — אַ סאַטמערער, וועלכער איז געוואָרן אַ ליובאַוויטשער רבֿ, און האָט, זאָגט מען, געבראַכט כּמעט צוואָנציק סאַטמערער בחורים צו חב״ד־ליובאַוויטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.