(די 3 טע זײַט פֿון 5)
„איך בין געוואָרן אַ מתמיד בײַם פֿאָלגן די הלכה; קיין פּשרות נישט… אין תּוך אַרײַן — מער פֿאַנאַטיש,‟ האָט ער געזאָגט. צווישן די חומראות, וואָס ער האָט אָנגענומען, איז געווען דאָס פֿאַרווערן אַן עירובֿ — אַ סימבאָלישע פֿאַרצוימונג אַרום אַ ראַיאָן, כּדי ייִדן זאָלן קאָנען טראָגן אום שבת. לויט דער שטרענגער אויסטײַטשונג, איז אַן עירובֿ אַ פֿאַלשער מיטל זיך אַרויסצודרייען פֿון דער הלכה. איין פּועל־יוצא פֿון נישט האָבן אַן עירובֿ איז, אַז מע קאָן נישט שטופּן קיין וועגעלע. „אָן אַן עירובֿ, הייסט עס, מוזן פֿרויען מיט יונגע קינדער בלײַבן אין הויז אַ גאַנצן שבת,‟ האָט כּ״ץ דערקלערט.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט מיט דער צײַט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע און געהאַט דרײַ קינדער. כּ״ץ האָט יעדן טאָג געלערנט אין אַ כּולל, אַ ישיבֿה פֿאַר חתונה־געהאַטע מענער, און האָט אין אַ שיל אין באָראָ־פּאַרק געגרינדעט אַ דף־יומי שיעור — אַ טאָג־טעגלעכער גמרא־קלאַס — פֿאַר מענער, וועלכע אַרבעטן אַ גאַנצן טאָג. דער שיעור האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם און האָט מיט דער צײַט צוגעצויגן 80־100 ייִדן פֿון אַלע חסידישע שיטות און פֿאַכן, אַרײַנגערעכנט פֿינאַנציסטן, מלמדים, געפֿילטע פֿיש־הענדלער און אינסטאַלאַטאָרן.
אין דער זעלבער צײַט האָט אָבער אָנגעהויבן זיך צו צעפֿאַלן זײַן צוזאַמענלעבן מיט זײַן פֿרוי. „זי איז געווען גליקלעך, אָבער איך — נישט, ווײַל ס׳איז מיר געווען קלאָר ווי דער טאָג, אַז מיר זענען נישט קיין פּאָר,‟ האָט ער דערקלערט. „כ׳האָב אײַנגעזען, אַז שולדיק איז די גאַנצע סיסטעם פֿון סאַטמער, ווײַל די קהילה נעמט בכלל נישט אין באַטראַכט ווי וויכטיק עס איז, אַז מאַן און ווײַב זאָלן זײַן פּסיכאָלאָגיש צוגעפּאַסט איינער צום צווייטן. אַלץ וואָס אַ ייִד טוט במשך פֿון זײַן לעבן, אַרײַנגערעכנט דאָס חתונה־האָבן, טוט ער לטובֿת דעם באַשעפֿער. די רבנים האָבן נישט געוואָלט אָננעמען, אַז מיר זענען בלויז בשׂר־ודם.‟
דער נישט־געראָטענער צוגאַנג צו שידוכים האָט בײַ כּ״צן שוין אויך אַרויסגערופֿן ספֿקות וועגן אַלע אַנדערע אײַנגעפֿונדעוועטע תּקנות פֿון דער קהילה. „אַז איך האָב דערזען אַ שפּאַלט אין דער וואַנט, האָט שוין גענומען זיך צו צעברעקלען דער גאַנצער בנין,‟ האָט ער באַמערקט.
דאָס זענען געווען זייער פּײַנלעכע צײַטן פֿאַר כּ״צן. „כ׳האָב שטאַרק מורא געהאַט, ווײַל דאָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט האָט מיר אויסגעזען ווי אַ שרעקלעכע זאַך,‟ האָט ער געזאָגט — בפֿרט די מעגלעכקייט, אַז ער קאָן פֿאַרלירן זײַנע דרײַ קינדער. „כ׳האָב ממש אָנגעהויבן צו קלערן וועגן באַגיין זעלבסטמאָרד.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.