(די 4 טע זײַט פֿון 5)
זײַן פֿרוי האָט געמיינט, אַז מע קאָן נאָך געפֿונען אַ לייזונג און זי האָט זיך געבעטן בײַ אים, צו רעדן מיטן רבין. „בין איך געגאַנגען צום רבין, אָבער זײַן תּשובֿה איז געווען: דײַן דאַווענען איז נישט גענוג ׳וואַרעם׳; דו היטסט נישט די מיצוות מיט גענוג התמדה.‟ דעם רבינס עצות האָבן אים ווייניק געהאָלפֿן, האָט כּ״ץ געזאָגט.
בערך אין דער צײַט האָט כּ״ץ אויך אָנגעהויבן באַמערקן, ווי אַזוי די חסידישע קהילה באַציט זיך צו דער פֿרוי. „ס׳איז מיר געווען זייער נישט אײַנגענעם, וואָס צווישן אונדז זיבן ברידער און שוועסטער, האָב איך מיט מײַנע ברידער תּמיד געהאַט צוטריט צו די הייליקע ספֿרים, אָבער מײַנע שוועסטער און די מאַמע, וועלכע זענען אַלע מוראדיק קלוג, האָבן נישט געהאַט קיין צוטריט. פֿאַרשטייט זיך, בין איך זייער דאַנקבאַר פֿאַרן אויסערגעוויינטלעכן חינוך, וואָס כ׳האָב באַקומען אין סאַטמער און בריסק. אָבער ס׳האָט מיר אויסגעזען נישט ריכטיק, אַז בלויז אַ העלפֿט פֿון מײַן משפּחה האָט מען דערלויבט צו באַקומען אַזאַ חינוך.‟
כּ״ץ האָט אויך באַמערקט אַן אומדרך־ארץ פֿאַר פֿרויען אויף אַנדערע אופֿנים. בײַ די חסידים איז דאָ אַ באַקאַנטער מינהג נישט צו עסן די עקן פֿון אַ לאַבן ברויט, צוליב קשה לשכּחה — דעם פֿאָלקס־גלויבן, אַז עס קאָן שאַטן דעם זכּרון. „די גרעסטע מורא איז, אַז דער וואָס עסט דעם עק, קאָן פֿאַרגעסן די גאַנצע תּורה, וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט,‟ האָט כּ״ץ דערקלערט. „מע מעג אָבער יאָ געבן דעם עק צו די פֿרויען און מיידלעך בײַם טיש. מיט אַנדערע ווערטער: די ווײַבער קענען סײַ־ווי נישט קיין תּורה, איז נישט געפֿערלעך אויב עס שאַט זייער זכּרון.‟
צו 29 יאָר, איז כּ״ץ שוין געווען גרייט צו מאַכן די ערשטע טריט אַרויס פֿון דער קהילה. ער האָט פֿאַרלאָזט דעם כּולל, אָבער ווײַטער געלערנט דעם דף־יומי שיעור. נישט־זאָגנדיק קיינעם, אַחוץ זײַן פֿרוי, האָט ער זיך דערווײַל פֿאַרשריבן אין „השער‟ — אַן איין־יאָריקער קורס, וואָס טרענירט פֿעיִקע ייִדישע סטודענטן צו ווערן לערער פֿון לימודי־קודש. „השער‟, וואָס עקזיסטירט שוין נישט מער, איז געווען אַ פּראָגראַם אונטערן „דרישה־אינסטיטוט‟ — אַן אַשנטאַלט אין מאַנהעטן, וואָס לערנט פֿרויען תּנ״ך, גמרא און אַנדערע לימודי־קודש.
„השער‟ האָט אַראַנזשירט, אַז כּ״ץ זאָל ווערן אַ לערער אין „מעינות‟, אַן אָרטאָדאָקסישע מיידל־שול אין טינעק. כּ״ץ האָט זיך דערפֿרייט מיט דער געלעגנהייט, אָבער זיך געהיט, אַז קיינער פֿון די באַטייליקטע אין זײַן דף־יומי־שיעור זאָל זיך נישט דערוויסן וועגן דעם. „עס וואָלט זיי אויפֿגעשוידערט צו הערן, אַז איך לערן אַ קלאַס מיט פֿרויען,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.