(די 2 טע זײַט פֿון 5)
לויט אַ באַריכט פֿון דער AP, איז וועכטער פֿאַרכאַפּט געוואָרן לעבן זײַן הויז דורך עטלעכע מאַסקירטע מענער, וועלכע האָבן אים אַרײַנגעשטופּט אין אַן אויטאָ, אָפּגעשוירן זײַן באָרד, אים אויסגעטאָן ביז צו די תּחתּונים און אים אַרויסגעוואָרפֿן אויף דער גאַס. דער אַטאַק, און ענלעכע אַטאַקן אויף אַנדערע ליובאַוויטשער, האָט אויפֿגעטרייסלט די יונגע סאַטמערער „אויפֿשטענדלער‟, אָבער האָט פֿאָרט נישט אויסגעלאָשן זייער דאָרשט צו לייענען די ליובאַוויטשער ספֿרים.
ישׂשׂכר האָט אַליין אָנגעהויבן לייענען די תּניא, דער מיסטישער ספֿר פֿון חב״ד. ס׳איז אים גאָר נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז די רבנים אין דער ישיבֿה וועלן זיך דערוויסן דערפֿון. אָבער ווי זאָגט מען: דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.
„די רבנים פֿון דער ישיבֿה האָבן באַמערקט, אַז עס פֿעלן געוויסע ספֿרים אין דער ביבליאָטעק,‟ האָט כּ״ץ דערציילט. „כ׳האָב שוין געהאַט אַ שטיקל שם פֿאַר אַ ביבליאָפֿיל, האָבן זיי מיך גלײַך חושד געווען אין האָבן געלקחנט די ספֿרים. האָבן זיי זיך אַרײַנגעריסן אין מײַן שלאָפֿצימער אין דער ישיבֿה, געזוכט אומעטום. די פֿאַרלוירענע ספֿרים האָבן זיי נישט געפֿונען, אָבער די תּניא — יאָ.‟
דערשוידערטע, האָבן די רבנים תּיכּף אַרויסגעוואָרפֿן ישׂשׂכר פֿון דער ישיבֿה. „זיי וואָלטן עס אפֿשר פֿאַרקוקט, ווען כ׳וואָלט בלויז געלייענט די תּניא, נאָר זיי האָבן אויך געפֿונען דאָרט די הגההות פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, און דאָס האָבן זיי מיר שוין נישט מוחל געווען.‟
דאָס פֿאַרטרײַבן ישׂשׂכר פֿון דער ישיבֿה איז געווען דער ערשטער רינג אין אַ קייט פֿון געשעענישן, וואָס האָבן צום סוף דערפֿירט צו זײַן פֿאַרלאָזן די סאַטמערער קהילה אין גאַנצן.
בײַ זײַנע טאַטע־מאַמע איז דאָס אַרויסוואַרפֿן אים פֿון דער ישיבֿה געווען אַ גרויסער קלאַפּ, ווײַל זיי האָבן שטאַרק געוואָלט, אַז זייער פֿעיִקער זון זאָל זיך ווײַטער לערנען. נאָכן איבערשמועסן זיך, האָבן זיי אים געשיקט קיין ירושלים זיך לערנען אין דער בריסקער ישיבֿה. נאָך איין יאָר זיך לערנען, איז ער אַהיימגעקומען, חתונה געהאַט, און איז מיט זײַן ווײַבל ווידער אַוועק קיין ירושלים, כּדי ממשיך צו זײַן דאָס לערנען אין דער בריסקער ישיבֿה. און דער אמת איז, בריסק איז אים געפֿעלן געוואָרן. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן טעאָלאָגישער אַנטוישונג אין סאַטמער, האָט כּ״ץ הנאה געהאַט פֿונעם ערנסטן לערנען אין דער ליטווישער ישיבֿה, און האָט אָנגענומען זייערע חומראות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.