איך געדענק, ווען מיר זײַנען ערשט אָנגעקומען אינעם „גאָלדענעם לאַנד‟, אין יאָר 1950, און זיך אַרײַנגעצויגן אין דער נײַער דירה, ווי איך בין געזעסן אויף דער פֿענצטער־לײַסט און באַוויינט דעם גורל פֿון יעדן רוסישן וואָרט, וואָס איך גיי דאָ פֿאַרגעסן; און כאָטש איך אַליין בין געבוירן געוואָרן ערגעץ ווײַט אין אַ סיבירער פֿאַרשיקונג, און ייִדיש איז ערשט געוואָרן מײַן אײגנטום נאָך דער מלחמה, האָט דאָס לאָדזשער לשון זיך שוין צו מיר גענומען שאַרן, ווען איך בין נאָך געלעגן אין די וויקעלעך.
הײַנט זיץ איך נישט מער אויף דער לײַסט פֿון מײַן פֿענצטער, נאָך אַלעמען געפֿין איך זיך אויפֿן עלפֿטן שטאָק, אָבער דער זעלבער געדאַנק איז מיך לעצטנס באַפֿאַלן: איך פֿאַרגעס טײַערע ייִדישע ווערטער, מײַן מאַמעס לאָדזשער לשון, מײַן טאַטנס ליטעראַרישע שפּראַך, און איך פֿאַרגיס ביטערע טרערן.
איך האַלט אין איין קריגן בליץ־בריוועלעך פֿון מענטשן, וואָס ווילן וויסן, פֿאַר וואָס זיי געפֿינען נישט די ייִדישע ווערטער, וועלכע זיי טרעפֿן אין אַ ייִדיש בוך אָדער אין מײַנס אַן אַרטיקעלע. זיי זוכן סײַ אין האַרקאַוויס און סײַ אין אוריאל ווײַנרײַכס ייִדישע ווערטער־ביכער, אָבער, הילד איננו. יענער באַגאַזש ייִדישע ווערטער זײַנען געווען און פֿאַרבליבן פֿרעמד פֿאַרן הײַנטיקן עולם ייִדיש לייענער. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער פֿאַרצײַטיקער דור ייִדן, וואָס זײַנען אָנגעקומען סוף 19טן י”ה קיין „עליס־אײַלענד‟, האָבן נישט באַנומען, אַז נישט נאָר זיי צעשיידן זיך מיטן שטעטל, צוזאַמען מיט זייער אייגן פֿול־בלוטיק לשון; זיי מאַכן בלוט־אָרעם און אַנעמיש די צונג פֿון זייערע אייגענע קינדס־קינדער אויף דורות אַרויס.
אָט די אַמעריקאַנער קינדס־קינדער זײַנען שוין הײַנט פֿאַרבליבן עובֿר־זאָטל מיט אַ גרינעם שׂכל, דער עיקר, זײַנען זיי פֿאַרבליבן פֿרעמדע פֿאַר זיך און פֿאַר די אייגענע אייניקלעך, און קינדס־קינדער; זיי פֿאַרמאָגן נישט קיין געמיינזאַם לשון. טרײסט איך זיך מיט מײַן מאַמעס לאָדזשער ייִדיש, כּל־זמן די שפּראַך איז מיר נאָענט צום האַרצן, און כּל־זמן זי זינגט אין מיר מיט אַ ייִדישן ניגון, באַנוץ איך זיך מיט מײַן לאָדזשער מחיהדיק לשון, וואָס איך מײַד נישט אויס אין מײַנע אַרטיקעלעך פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ אויף ווי ווײַט מעגלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.