אַ לויב דעם לאָדזשער ייִדיש

In Praise of the Lodz Yiddish Dialect


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 24, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

עס געדענקט זיך מיר, אַז מײַן מאַמע האָט זיך קיין מאָל נישט באַנוצט מיטן וואָרט „ברונעטקע‟; אַנשטאָט דעם, האָט זי יענע באַצייכנט ווי אַ „שאַטענקע‟. אַ בלאָנדינקע איז בײַ איר געווען אַ „געלע‟; אַ „קענדזשע־קאָפּ‟ איז געווען אַ קאָפּ מיט געקרויזלטע האָר, אַ קאָפּ פֿול מיט לעקעלעך.

אויף דער עלטער, ווען בײַ דער מאַמען האָבן די האָר גענומען ווערן שיטערער, פֿלעגט זי נישט אויפֿהערן זיך קלאָגן, אַז אַמאָל, אַמאָל האָט זי פֿאַרמאָגט אַ קענדזשע־קאָפּ, און די יונגעלײַטלעך האָבן קראַפּירט נאָך איר. און אַז יענע האָט פֿאַרמאָגט אויסגעצויגענע האָר ווי די ברעטער, ווי די הײַנטיקע מאָדע פֿאָדערט, פֿלעגט זי צורעדן די פּלוניתטע זי זאָל מאַכן אַן „אַנדאָליאַציע‟ בײַ אַ פֿריזיער, און לאָזן זיך מאַכן קינסטלעכע לאָקן. זי פֿלעגט מיך טאָרען: „דײַנע חבֿרטורנס פֿאַרגינען דיר נישט דײַן קענדזשע־קאָפּ, זיי ציטערן, דו וועסט נאָך בײַ זיי אויסכאַפּן דעם חתן.‟

אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, קען זיך קיין שום שפּראַך אויף דער וועלט נישט פֿאַרמעסטן מיט אונדזערע צענדליקער דיאַלעקטן, וואָס אַ יעדעס שטעטעלע און ייִשוב האָט פֿאַרמאָגט און זיך צוגעאייגנט. איך האָב דורך די יאָרן געזאַמלט ייִדישע ווערטער און ווערטלעך ווי מען זאַמלט טײַערע בראַנזאָלעטקעס און נישט אויפֿגעהערט באַוווּנדערן, ווי אַ יעדעס ווערטעלע באַזונדער, פֿלעגט אויפֿלויכטן אין מיר ווי בריליאַנטלעך.

צוריק צו מײַן מאַמען:

אַ „פּוצעפֿליאַק‟ איז בײַ מײַן מאַמען געווען אַ פֿרוי, וואָס איז געווען אויסגעלאַסן; אַ מאַן איז געווען אַ „גרוביאַן‟ אַפֿילו אַ „בלאַטער‟ פֿון דער אונטערוועלט. אַ „פֿליאָנדרע‟ ווידער, מסתּמט קומט עס פֿונעם „פֿלאַונדער‟ — פֿיש, וואָס דרייט אַזוי קאָקעטיש מיטן עקל, האָט די מאַמע גערופֿן אַן אויסגעלאַסן מיידל.

זי פֿלעגט מיך תּמיד וואָרענען: „האָסט כאָטש געהערט, וואָס מען זאָגט אויף דײַן טײַערער חבֿרטורן? מ’זאָגט, אַז די מויד איז אַן אמתע פֿליאָנדרע. טשעפּע זיך אָפּ פֿון איר, לאָז זי לויפֿן מיט אַ טיר ווײַטער, אַנישט וועט מען מיינען, אַז דו ביסט אויך אַ פֿליאָנדרע.‟