אַ לויב דעם לאָדזשער ייִדיש

In Praise of the Lodz Yiddish Dialect


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 24, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

איך האָב אַ קוק געטאָן אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע, ווי שיין מיר זײַנען דאָס אַרויסגעקומען, אָבער וויי און ווינד איז מיר, די מאַמע איז געווען גערעכט, זי האָט מיט יאָרן שפּעטער מיך דערמאָנט, ווי מ’קען זיך אויף מיר נישט פֿאַרלאָזן….

מײַן מאַמע פֿלעגט זיך שטענדיק אָפּהאַלטן פֿון פֿאַרבעטן געסט. שטעלן זיך קאָכן איז בײַ איר געווען די גרעסטע אָפּקומעניש. אַז ס’האָבן זיך שוין יאָ איין מאָל אין אַ יובֿל באַוויזן געסט, פֿלעגט זי זיך נעבעך אַרומטראָגן איבער די צימערן ווי אַ זאַווערוכע, פֿאַרשמײַעט און פֿאַרשמוידעט:

„געוואַלד געשריגן‟ — פֿלעג זי זיך אָפּשטעלן אויף אַ רגע מיט דער נאַסער שטשערקע אין האַנט, אַ וויש טאָן דעם שווײס פֿון ברעם, און קלאָגן:

„דער גראָבער דוּווטשע איז אַ געפֿערלעכער אָכליאַפּ, ער האָט דאָך אַ קישקע אָן אַ דנאָ, אפֿשר לויפֿסטו אַראָפּ, מירעשי, אין בעקערײַ און קויפֿסט אײַן אַ קליין טאָרטל. איך ווייס ווי ס’מאַכט זיך, אַז ס’וועט אויספֿעלן דער פֿרעס, לאָמיך אים כאָטש פֿאַרשטאָפּן ס’מויל מיטן געבעקס.‟

ווען איך הער ווי די אַמעריקאַנער ייִדן קענען זיך נישט ספּראַווען מיט מאַמע־לשון, און זאָגן: „איך האָב אַ קאָלד וועל איך דיך נישט זען בײַם אוילי־בויד ספּעשל. טייק קעיר און סאַו־לאָנג.‟ — דעמאָלט ווערט מיר סמוטנע אויפֿן האַרצן, שאָקל איך צו מיטן קאָפּ און טראַכט: וווּ זײַנען אַהינגעקומען אונדזערע שפּראַך־מבֿינים? יענע, וואָס האָבן געוווּסט, אַז ווערטער האָבן אַ תּיקון?

איך פֿלעג פֿירן אַ טעגלעכן ווערטער־אויסטויש מיט מײַן מאַמען, און מיט דער צײַט אָנגעוווירן דעם קאַמף, זי איז געווען שטאַרקער פֿון מיר. דערפֿאַר אָבער רעדט זי פֿון מיר אַרויס.

יעדעס מאָל, וואָס איך קוק אַרײַן אין שפּיגל, דערזע איך מײַן מאַמען אין זיך. זעט אויס, אַז איך בין אין איר געראָטן בלויז בצורת־געשטאַלט ווי איין מאַמע וואָלט אונדז געהאַט. יעדעס מאָל, ווען איך עפֿן דאָס מויל, הער איך מײַן מאַמען, און וואָס מער איך האָב געוואָלט זײַן אַנדערש פֿון איר, אַלץ מער האָט זי זיך אײַנגעגלידערט אין מיר מיט איר לשון, מיט איר כּוח־הדמיון, מיט איר דרייסטקייט און שוואַכקייט, מיט איר ירושה פֿון איר מחיהדיקן לאָדזשער ייִדיש.