אַ לויב דעם לאָדזשער ייִדיש

In Praise of the Lodz Yiddish Dialect


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 24, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

כ’האָב נישט איין מאָל דערמאָנט אַזאַ טײַער ווערטל ווי: „שפּינגע־דע־גינגע‟. אַ זאַך, וואָס האַלט זיך בײַם צעפֿאַלן. דערמיט קען מען באַצייכענען אַ זאַך, אַ געשעפֿט, אַ מלבוש אָדער אַ מענטש. די מאַמע פֿלעגט זיך באַוויינען, זעענדיק ווי איך בלי און אַנטוויקל זיך ווי אַ דערוואַקסן מיידל, פֿלעגט זי באַדויערן זיך אַליין:

„ני יאָ! דאָ אין אַמעריקע איז שוין דײַן מאַמע איבעריק, ס’איז עק וועלט, דײַנע חבֿרטורנס זײַנען שוין מער שמעלקעס בײַ דיר ווי די מאַמע. ווי גייט מען דאָס אַוועק און מ’קויפֿט זיך אײַן אַליין אַ זיבן־דאָלערדיק קליידל אָן דער מאַמעס וויסן? איז דען אַ וווּנדער, אַז דו האָסט זיך אײַנגעהאַנדלט די שפּינגע־דע־גינגע, וואָס וועט בײַ דיר האַלטן פֿון אסתר־תּענית ביז פּורים.‟

וואָס די מאַמע מײַנע האָט נישט געוווסט איז געווען, אַז איך האָב געלאָזט מײַן חבֿרטע פֿייגעלע באַנײַען מײַן בלוי קליידל. ווי אַזוי, ווילט איר וויסן? וועל איך אײַך זאָגן. איין זונטיק האָבן מיר זיך באַשטעלט צו גיין טאַנצן אין „דיפּלאָמאַט‟־האָטעל אין מאַנהערן, וווּ יונגעלײַט און מיידלעך, אונדזער סגאַל פֿלעגן זיך טרעפֿן. אָבער פֿייגעלע האָט, נעבעך, נישט געהאַט קיין נײַ קליידל ווי איך. בין איך געפֿאַלן אויף אַ פּלאַן. איך האָב געהייסן פֿייגעלען וואַרטן אונטער מײַן פֿענצטער אין גאַס, אײַנגעוויקלט דאָס נײַע קליידל אין אַ ברוין זעקעלע און עס אַרונדערגעשלײַדערט, וווּ פֿייגעלע איז געשטאַנען. איך האָב איר געהייסן אַרײַנקומען אין הויז און נישט אין שטוב, דאָרט אונטער די טרעפּ וועט זי קענען אויסטאָן איר אַלט קליידל און עס אַרײַנלייגן אין אונדזער פּאָסט־קעסטל, וווּ איך האָב געלאָזט דאָס טירל אָפֿן. און אַזוי האָט זי געטאָן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די מאַמע האָט גאָרנישט חושד געווען און מיר ביידע זײַנען אַוועק טאַנצן. באַגעגענען מיר דאָרט אַ פּאָר באַקאַנטע בחורים, פֿלירטעווען און טאַנצן אויף וואָס די וועלט שטייט. ווען די טענץ האָבן זיך געענדיקט, האָט מען זיך געזעצט אַרום אַ טישל, וווּ עס האָט געברענט אַ קליין ליכטל אויף אַטמאָספֿערע.

אין דעם האָט זיך באַוויזן אַ פֿאָטאָגראַפֿיסט און גענומען בילדער פֿון אונדז, אַ מחיה. נאָך די טענץ האָבן די בחורים אונדז באַגלייט אַהיים, איך האָב זיך אַרײַנגעשלײַכט אין הויז, טאַטע־מאַמע זײַנען שוין געשלאָפֿן, צוריקגעהאָנגען דאָס נײַע קליידל און שאַ־שטיל, ס’איז אַלץ אַדורך בשלום. מיט אַ וואָך שפּעטער זײַנען אָנגעקומען די פֿאָטאָגראַפֿיעס, און ווי נאָר די מאַמע האָט זיי דערזען, איז איר פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן:

„וואָס טוט פֿייגעלע אין דײַן נײַ קליידל, וואָס דו האָסט נאָך נישט באַנײַט?‟