נישט גרינג צו זײַן אַ „געבורטרעכט‟־פֿירער

Not So Easy Leading a Birthright Trip

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 08, 2015, issue of January 23, 2015.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

בײַם אָנהייב פֿון דער נסיעה האָבן זיי באַזוכט ׳שבֿיל־עיזים׳, וואָס איז סײַ אַ מילך־פֿאַרם, סײַ אַ מילכיקער רעסטאָראַן. „מע האָט אונדז געוויזן ווי מע מאַכט ציגן־מילך, שעפּסן־מילך און קעז, אַזוי ווי מע עסט אַ ישׂראלדיקן פֿרישטיק,‟ האָט ראָזענטאַל געזאָגט. די גרופּע האָט אויך באַזוכט אַ דרוזיש דאָרף, וווּ זיי האָבן צוזאַמען מיט אַן עלטערער דרוזער פֿרוי געאַרבעט בײַ קליינע טישן, מאַכנדיק סאַמבוסאַק (געבאַקענע קרעפּלעך), וואָס אַ טייל האָבן זיי אָנגעפֿילט מיט פֿלייש, און אַ טייל — מיט גרינסן.

הגם די באַטייליקטע אין דער קולינאַרער גרופּע זענען נישט געווען זייער באַריידעוודיק, האָט ראָזענטאַל באַמערקט, אַז עס שאַפֿט זיך אַ נאָענטקייט צווישן זיי אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, ווײַל זיי האָבן אַלע געהאַט אַ בשותּפֿודיקן אינטערעס. „במשך פֿונעם טור האָבן זיי אָפֿט גערעדט צווישן זיך, זיך געטיילט מיט פּלאָטקעס, און געשטעלט בילדער אויף אונדזער ׳פֿייסבוק׳־זײַט,‟ האָט ראָזענטאַל געזאָגט.

אַפֿילו אין יוסיס גרופּע, וווּ מע האָט זיך לכתּחילה באַקלאָגט, פֿאַר וואָס מע קען נישט קריכן אויף מצדה בײַ נאַכט, האָבן די יונגע לײַט מיט דער צײַט אָנגעהויבן אײַנזאַפּן דעם ישׂראלדיקן אַרום און ווערן גערירט דערפֿון. במשך פֿון זייער וויזיט אין „יד־ושם‟, למשל, האָבן אַ סך פֿון זיי געוויינט.

יוסיס גרעסטער חידוש איז אָבער געווען אין צפֿת. מע האָט צעטיילט די בחורים און די מיידלעך אויף צוויי באַזונדערע טורן. אַ באָהעמישער רבֿ, וואָס ספּעציעליזירט זיך אין קבלה און מיסטיציזם, האָט געבראַכט די בחורים צום אַריז״לס מיקווה (אַ מיקווה פֿאַררעכנט פֿאַר הייליק, ווײַל מע זאָגט, אַז דער מיסטיקער, הרבֿ יצחק לוריא, האָט עס געניצט אינעם 15טן יאָרהונדערט); און בײַם סוף פֿון זײַן רעדע געפֿרעגט, אויב עמעצער וויל זיך אײַנטינקען. „כ׳בין געווען זיכער, אַז קיינעם וועט עס נישט פֿאַראינטערעסירן, אָבער פֿאַרקערט — זיי האָבן זיך אַלע אויסגעטאָן און איינציקווײַז אַרײַן אין וואַסער,‟ האָט יוסי געזאָגט.

נאָך אַ גרעסערער חידוש איז געווען מיט די מיידלעך. אַ פֿרומע רביצין האָט זיי געבראַכט צו אַ פֿרויען־מיקווה און זיי געגעבן אַ גאַנצע לעקציע וועגן דער וויכטיקייט פֿון טהרת־המשפּחה. שפּעטער האָט יוסי זיי ספּעציעל געפֿרעגט, ווי אַזוי ס׳איז געגאַנגען, ווײַל אים האָט זיך געדאַכט, אַז אַזאַ אַקטיוויטעט וואָלט זיי אָפּגעשטויסן. „זייער אינטערעסאַנט!‟ האָבן די מיידלעך, שמייכלענדיק, אים געענטפֿערט, און איינע האָט נאָך צוגעגעבן: „דאָס איז געווען מײַן באַליבטסטער טייל פֿון דער נסיעה.‟

איינער פֿון די טורן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז אָבער טאַקע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קאָשמאַר, האָט ראָזענטאַל געזאָגט. ערשטנס, באַלד ווי זיי זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל, איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אַ העלפֿט פֿונעם באַגאַזש. דערנאָך, ווען זיי זענען געקומען אין האָטעל, איז קיין איינער פֿון די צימערן נאָך נישט געווען גרייט, און דערנאָך, מיט עטלעכע טעג שפּעטער, זענען אַ צאָל פֿון די באַטייליקטע קראַנק געוואָרן, און מע האָט זיי געדאַרפֿט פֿירן אין שפּיטאָל.

אינטערעסאַנט איז, אַז ווען מע האָט נאָך דער נסיעה געפֿרעגט די באַטייליקטע, ווי אַזוי ס׳איז געגאַנגען, האָבן זיי דווקא געענטפֿערט: „ס׳איז טאַקע געווען נישט אַזוי גוט אָרגאַניזירט, אָבער איך האָב דווקא זייער גוט פֿאַרבראַכט!‟

די יונגע טוריסטן האָבן בכלל נישט געוווּסט, אַז במשך פֿונעם וויזיט האָבן די פֿירער זיך שיִער נישט אַרויסגעריסן די האָר פֿון קאָפּ.


  • נישט זײַן אמתער נאָמען