לעצטנס, האַלט איך אין לייענען אַן אַלטע אַנטאָלאָגיע פֿון פֿאַנטאַסטישע געשיכטעס. צוליב דעם, וואָס אַ סך פֿון די דערציילונגען קומען פֿאָר דווקא הײַנט, אָדער בעסער געזאָגט, אינעם „הײַנט‟, וואָס די מחברים האָבן אַ מאָל זיך פֿאָרגעשטעלט, קען מען פֿאַרגלײַכן די פֿאָרויסזאָגונגען פֿון 30 יאָר צוריק מיט דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט. ס׳איז גאַנץ טשיקאַווע צו זען, וועגן וואָס האָבן די מחברים ריכטיק נבֿיאות געזאָגט און פֿון וואָסערע פּראָגנאָזן האָט זיך אַרויסגעלאָזט אַ בוידעם.
איך דערמאָן די אַנטאָלאָגיע ניט בלויז ווײַל זי האָט טיילווײַז אינספּירירט דעם דאָזיקן אַרטיקל, נאָר אויך ווײַל ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דאָס פּרובירן צו זאָגן נבֿיאות איז שטענדיק אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער פּראָיעקט. אין דער אַנטאָלאָגיע האָט קיינער, למשל, ניט פֿאָרויסגעזען די אינטערנעץ און די מאָביל־טעלאָפֿאָנען - די סאַמע־וויכטיקסטע טעכנאָלאָגישע אַנטוויקלונגען פֿון די לעצטע 50 יאָר. אויב אַזעלכע גרויסע פֿוטוריסטן האָבן דאָס ניט געקענט פֿאָרויסזען, איז מיר קלאָר, אַז מײַנע אייגענע פּראָגנאָזן וועלן זיכער ניט אַלע טרעפֿן צום פּינטל. פֿון דעסטוועגן, האַלט איך, אַז ס׳איז סײַ ווי סײַ כּדאַי צו פּרובירן.
בקיצור, צוליב דעם, וואָס דאָס אַמפּערן זיך איז פֿון קדמונים אָן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער ייִדישער קולטור, האַלט איך, אַז ס׳איז כּדאַי צו פּרובירן פֿאָרויסצוזען, וועגן וואָס מיר, די אַמעריקאַנער ייִדן, וועלן זיך קריגן צווישן זיך אין 30 יאָר אַרום. דערצו וועל איך פּרובירן מסביר זײַן, פֿאַר וואָס איך האַלט, אַז יעדע טעמע וועט אַרויסרופֿן אַ וויכטיקן וויכּוח.
נו, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן וועלן זיך קריגן צווישן זיך אַרום דעם ייִדישן לאַנד אין 30 יאָר אַרום, איז בײַ קײנעם קיין חידוש ניט. ס׳איז באמת אַ באַשײַמפּערלעכע טעמע אויסצוקלײַבן, ווײַל מע שלאָגט זיך שוין על־חטא וועגן פֿאַרשידענע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט מדינת־ישׂראל. וויכטיק, אָבער, איז אויך צו דערמאָנען, אַז ביז די שפּעטערע 1990ער יאָרן זענען די אינערלעכע קריגערײַען בײַ אונדז אויף דער טעמע ניט געווען אַזוי אָנגעשטרענגט ווי הײַנט; דער דאָזיקער ענין איז אַפֿילו ניט געווען צווישן די סאַמע וויכטיקסטע אויפֿן סדר־היום. איז, ס׳וואָלט אויך ניט געווען אויסטערליש צו מיינען, אַז מיר זענען איצט אין סאַמע שפּיץ פֿונעם וויכּוח, און אַז די סיטואַציע וועט זיך גיך לייזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.