די פֿאַרשידענע עטנישע מינדערהייטן פֿון ארץ־ישׂראל

The Diverse Ethnic Minorities in Israel Today

פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל־מינאָריטעטן (פֿון רעכטס): דרוזן, טשערקעסן און בעדויִנער
פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל־מינאָריטעטן (פֿון רעכטס): דרוזן, טשערקעסן און בעדויִנער

פֿון וועלוול טשערנין

Published October 29, 2015, issue of November 13, 2015.

יאָרן לאַנג פּרוּוון די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער אײַנרעגולירן דעם עטנישן קאָנפֿליקט אין ארץ־ישׂראל צווישן ייִדן און אַראַבער לויטן פּרינציפּ „צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער‟. דערבײַ גלייבט מען, אַז ס׳איז דאָ אַ „פּאַלעסטינער פֿאָלק‟. אָבער קיין תּכלית איז פֿון די־אָ באַמיִונגען ניט אַרויס, און איינע פֿון די סיבות דערפֿון איז טאַקע, אַז די פּאַלעסטינער אַראַבער האָבן זיך ניט אויסגעפֿורעמט אין אַן איינהייטלעכער נאַציע. פֿאַרקערט, זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קאָנגלאָמעראַט פֿון עטנישע און קאָנפֿעסיאָנעלע גרופּעס, און יעדע איינע פֿון זיי פֿאַרמאָגט איר אייגענעם באַוווּסטזײַן און אירע אייגענע קולטור־אייגנטימלעכקייטן. אין אַזאַ־אָ מצבֿ מוז מדינת־ישׂראל אויסאַרבעטן אַ באַזונדערע פּאָליטיק לגבי יעדער גרופּע, מע מוז רעספּעקטירן אַלע רעכט פֿון די עטנישע און רעליגיעזע מינדערהייטן און גאַראַנטירן זײ די רעכט אָפּצוהיטן זייער אידענטיטעט, שפּראַך, ווי אויך די גלײַכע קאַריערע־מעגלעכקייטן.

װי אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ פּאָליטיק קענען דינען די באַציִונגען מיט די ישׂראלדיקע טשערקעסן, אומגעפֿער 5,000 נפֿשות, וועלכע לערנען זייער שפּראַך און קולטור אין די שולן פֿון זייערע ייִשובֿים (כּפֿר־כּמא און ריחניה אין גליל); האַלטן אונטער פֿאַרבינדונגען מיט די טשערקעסן אין אויסלאַנד; נוצן די טשערקעסישע שפּראַך באַנאַנד מיט העברעיִש פֿאַר אָפֿיציעלע אויפֿשריפֿטן אויף די גאַסן, אאַ״וו. די טשערקעסן דינען אָבליגאַטאָריש אין צה״ל, ווערן דערפֿאָלגרײַך אינטעגרירט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און היטן אָפּ דערבײַ זייער אידענטיטעט.

די ישׂראלדיקע דרוזן, אומגעפֿער 140 טויזנט נפֿשות, זײַנען אין מדינת־ישׂראל אָפֿיציעל אָנערקענט ווי אַ באַזונדערע עדה זינט 1957. צווישן זיך רעדן זײ אַראַביש. דער יסוד פֿון זייער באַזונדערער אידענטיטעט איז דאָס מאָנאָטעיִסטישע דרוזישע גלױבן. ס’רובֿ דרוזן דינען אָבליגאַטאָריש אין צה״ל און פֿאַרנעמען הויכע מיליטערישע און רעגירונגס־פּאָסטן. די ייִשובֿים, וווּ די דרוזן און די טשערקעסן באַטרעפֿן דאָס רובֿ, האָבן געשאַפֿן אַ באַזונדערע „פֿאַראייניקונג פֿון די דרוזישע און טשערקעסישע אָרטיקע ראַטן‟.

די בעדויִנער שבֿטים, אַרום 280 טױזנט נפֿשות, האָבן אָפּגעהיט אַ הויכן ניוואָ פֿון אינערלעכער קאָנסאָלידאַציע און דעם שבֿטימדיקן זעלבסטבאַוווּסטזײַן. אייניקע בעדויִנער שבֿטים זײַנען געווען פֿאַרבינדעטע פֿון די ייִדן נאָך אין דער צײַט פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה.