פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז לובלין געווען אַ ייִדישע שטאָט. פֿופֿציק פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג זענען געווען ייִדן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די זעכציק טויזנט לובלינער ייִדן האָבן געשפּילט אַ געוואַלדיקע ראָלע אינעם ווירטשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן פֿון דער שטאָט. די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט כּמעט אַלע לובלינער ייִדן אינעם טויט־לאַגער מײַדאַנעק, וואָס זיי האָבן אויפֿגעבויט לעבן דער שטאָט.
מיט אַן ערך צוואָנציק יאָר צוריק האָט אַ לובלינער תּושבֿ, טאָמאַש פּיעטרשעוויטש, נישט קײן ייִד, באַשלאָסן, אַז ער וויל דערמאָנען זײַנע בני־עיר וועגן דער גרויסער קולטורעלער ירושה פֿון די לובלינער ייִדן.
אין איינעם מיט אַ גרופּע קולטור־טוער, אויך נישט קיין ייִדן, האָט ער געשאַפֿן דעם טעאַטער „ען ען‟ בײַם „גראָדזקאַ־טויער‟. דער טויער האָט בשעתו אַרײַנגעפֿירט אינעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון לובלין. דער טעאַטער איז געווען מער ווי סתּם אַ טעאַטער. פּיעטרשעוויטש און זײַנע חבֿרים האָבן אָנגעהויבן זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן די לובלינער ייִדן: דאָקומענטן, בילדער, תּשמישי-קדושה און אַזוי ווײַטער. דער טעאַטער וואָס איז, ווי געזאָגט, אויך אַ ייִדישער קולטור־צענטער, האָט געזאַמלט טאַשמעס מיט רעקאָרדירונגען, אַ סך פֿון זיי אין דער ייִדישער שפּראַך, פֿון די אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים.
דער טעאַטער שטעלט אויך פּיעסן, וואָס האָבן אַלע אַ ייִדישן אינהאַלט. באַזונדערס באַליבט בײַ דעם פּוילישן עולם זענען פֿאָרשטעלונגען, באַזירט אויף באַשעוויסעס טעקסטן, ווי למשל, „טײַבעלע און הורמיזא‟ און „דער קונצנמאַכער פֿון לובלין‟.
פּיעטרעשעוויטש און זײַנע חבֿרים האָבן אויך איניציִיִרט דעם העניאָ זשיטאָמירסקי־פּראָיעקט. העניאָ זשיטאָמירסקי איז געווען אַ לובלינער קינד, וואָס די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט. געבליבן זענען פֿון אים בילדער, וווּ מען זעט אים אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿון זײַן געבורטסשטאָט, לובלין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.