(די 3 טע זײַט פֿון 4)
אַז איך האָב נישט קיין טעות שטאַמען אונדזערע „פּאָנטשקעס‟ פֿון די פּוילישע „פּאָנטשעק‟ — סײַ לינגוויסטיש, סײַ קולינאַריש. אַ ישׂראלדיקער שעף, אין איינעם מיטן פּוילישן אינסטיטוט אין תּל-אָבֿיבֿ, האָט געבראַכט קיין ישׂראל אַ יונגע פּוילישע שעפֿין מיטן נאָמען מאָניקאַ קשאַמינסקאַ. דער ציל: זי זאָל לערנען די ישׂראלים אין די חנוכּה־טעג, ווי אַזוי צו מאַכן אמתע פּוילישע פּאָנטשקעס.
דער ישׂראלדיקער שעף, אַ יונגער מאַן מיטן נאָמען אסף (אַסאַף), וואָס האָט אײַנגעלאַדן זײַן פּוילישע קאָלעגין, באַקלאָגט זיך, אַז די ישׂראלדיקע פּאָנטשקעס, אָדער ווי מען רופֿט זיי אין ישׂראל, „סופֿגניות‟, האָבן זיך אינדוסטריאַליזירט און האָבן דערפֿאַר פֿאַרלוירן דעם אמתן היימישן טעם פֿון אַמאָל. זיי זענען געוואָרן אַ וואַריאַנט פֿון די אַמעריקאַנער „דאָנאַטס‟, זאָגט ער. די פּוילישע שעפֿין העלפֿט אונדז, גיט ער צו, זיך צוריקצוקערן צו די עכטע און געשמאַקע פּוילישע וואָרצלען פֿון די פּאָנטשקעס.
ווי באַקאַנט, איז חנוכּה אָן פּאָנטשקעס, ווי אַ חתונה אָן כּלי-זמרים. די פּוילישע שעפֿין האָט ליב אָנצופֿילן אירע פּאָנטשקעס מיט אײַנגעמאַכטס פֿון „ווײַנשל‟־טאָמאַטן.
די פּוילישע קיך בכלל, און די ייִדישע פּוילישע קיך בפֿרט, זאָגט זי, האָט אַ שיינע טראַדיציע, אָבער דאָס הייסט נישט, אַז זי קען נישט זײַן נאָוואַטאַריש.
אין די חנוכּה־טעג זײַנען געווען אַ סך וואַרשטאַטן פֿאַר קינדער. די קינדער מאַלעווען חנוכּה־לעמפּלעך, שפּילן זיך מיט דריידלעך וכדומה. אַ וואַרשטאַט, וווּ קינדער לערנען זיך זינגען חנוכּה־לידער איז שוין שווערער צו געפֿינען. וואַרשטאַטן וווּ די קינדער קענען לייענען און שרײַבן די העברעיִשע און ייִדישע לידער און אַפֿילו פֿאַרשטיין, וואָס זיי זינגען, זענען כּמעט נישט בנימצא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.