(די 4 טע זײַט פֿון 4)
דערפֿאַר איז די „פֿונדאַציע ייִדיש‟ אַ פּאָזיטיווער אויסנאַם. די קינדער פֿון דער „פֿונדאַציע ייִדיש‟ האָבן געזונגען פֿאַרן עולם פֿון דער פּראָגרעסיווער שיל „עץ חיים‟, שבת דעם 5טן דעצעמבער. זיי האָבן געזונגען אַ ריי לידער פֿון „סבֿיבֿון, סובֿ, סובֿ סובֿ‟ ביז „חנוכּה, אוי חנוכּה‟ און טאַקע אויף אַ שיינעם ייִדיש. די „פֿונדאַציע ייִדיש‟ גיט אויך עבֿרית־ און ייִדיש־קורסן און טאַקע נאָר פֿאַרן קליינוואַרג. דער מיניסטעריום פֿון דיגיטאַליזאַציע און ציפֿריזאַציע שטיצט די דאָזיקע באַשיידענע אָבער סימפּאַטישע אונטערנעמונג.
בימים ההם בזמן הזה… אין די טעג, מיט 45 יאָר צוריק, האָט דער דײַטשישער קאַנצלער ווילי בראַנדט ממש שאָקירט דעם עולם מיט אַן אומדערוואַרטן זשעסט. בשעת זײַן באַזוך אין וואַרשע האָט ער געקניט פֿאַרן אָנדענק פֿון די געטאָ־קעמפֿער. ער האָט אויף אַזאַ אופֿן געבעטן מחילה בײַ די געטאָ־ייִדן פֿאַר די חטאים פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך דײַטשן האָבן דעמאָלט קריטיקירט זייער קאַנצלער, וואָס האָט, לויט זיי, איבערגעכאַפּט די מאָס אין זײַן סימפּאַטיע צו די חורבן-קרבנות.
ווי באַקאַנט, איז „פּולין‟ דער מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן, געבויט אויפֿן זעלבן סקווער, וווּ עס געפֿינט זיך דער געטאָ־דענקמאָל. דער סקווער הייסט הײַנט דער „ווילי בראַנדט סקווער‟, טאַקע צוליב דעם היסטאָרישן זשעסט פֿונעם דײַטשישן קאַנצלער.
אין אַ צערעמאָניע לכּבֿוד ווילי בראַנדט האָט פּראָפֿעסאָר דאַריוש סטאָלאַ פֿונעם מוזיי „פּולין‟ דערקלערט, אַז ווילי בראַנדט האָט דעמאָלט אויף אַ דעמאָנסטראַטיוון אופֿן באַטאָנט, אַז דאָס גאַנצע דײַטשישע פֿאָלק טראָגט אַ היסטאָרישן אַחריות פֿאַרן חורבן.
בראַנדטס נסיעה אין יאָר 1970 האָט געהאַט אַ זייער וויכטיקן ציל. דײַטשלאַנד האָט דעמאָלט אָנערקענט, אַז די נאָכמלחמהדיקע אָדער נײַסטע גרענעץ וועט בלײַבן די דעפֿיניטיווע גרענעץ צווישן דײַטשלאַנד און פּוילן. מיט אַנדערע ווערטער, דײַטשלאַנד האָט דערקלערט, אַז זי איז מקריבֿ אַ לאַנגע ריי דײַטשישע שטעט, צווישן זיי ברעסלוי, אויפֿן מזבח פֿון שלום אין אייראָפּע.
איידער ער האָט אונטערגעשריבן דעם פּאָליטישן אָפּמאַך צווישן זײַן לאַנד און פּוילן אינעם פּוילישן מלוכישן פּאַלאַץ איז ווילי בראַנדט עולה־לרגל געווען צו דעם געטאָ־דענקמאָל. נישט נאָר די דײַטשן זענען נישט געווען אַנטציקט פֿונעם דאָזיקן זשעסט. די דעמאָלטיקע קאָמוניסטישע, און אין גרויסן טייל, אַנטיסעמיטישע פּוילישע מאַכט איז געווען שטאַרק דענערווירט פֿון בראַנדטס בעטן מחילה בײַ די אויסגעהרגעטע פּוילישע ייִדן. די דיפּלאָמאַטן און זשורנאַליסטן זענען געווען אין גאַנצן דערשטוינט פֿון ווילי בראַנדטס אומדערוואַרטן איידעלן זשעסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.