קינדער פֿון „די־פּי‟־לאַגערן טרעפֿן זיך ווידער

Children From the DP Camps Meet Again

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 03, 2016, issue of January 22, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

ד״ר אַבֿיבֿה טל, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין „בר־אילן אוניווערסיטעט, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אינעם „די־פּי‟־לאַגער פֿון בערגען־בעלזען, האָט געזאָגט, אַז די פֿאַרזאַמלונג אין תּל־אָבֿיבֿ האָט געמאַכט אויף איר „אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק‟. „קודם־כּל איז וווּנדערלעך צו זען איבער טויזנט מענטשן, וואָס אָטעמען מיט איין אָטעם. מע לאַכט פֿון די זעלבע זאַכן, מע רעדט פֿון די זעלבע זאַכן, די זעלבע זכרונות.‟ אין איין פֿאָטאָגראַפֿיע, למשל, האָט דער גאַנצער עולם זיך צעלאַכט, ווען מע האָט דערזען ווי אַ כּלה טראָגט — אַנשטאָט אַ שלייער — אַ שטיק גאַזע, וואָס די קראַנקן־שוועסטער לייגן צו צו די וווּנדן. „מיר האָבן אַלע דאָס געהאַלטן פֿאַר זייער קאָמיש,‟ האָט ד״ר טל באַמערקט.

מנחם ראָזענזאַפֿט
Debbie Morag
מנחם ראָזענזאַפֿט

ד״ר טל געדענקט גוט אירע קינדער־יאָרן אין „די־פּי‟־לאַגער. זי און מנחם ראָזענזאַפֿט, וואָס איז געווען מיט איין יאָר ייִנגער, פֿלעגן זיך אָפֿט שפּילן צוזאַמען. „מיר האָבן גערעדט דײַטש צווישן זיך און זיך געשפּילט מיט אַן אַלטער ליאַלקע, וואָס מיר האָבן אַ נאָמען געגעבן ׳גרעטעל׳. מיר האָבן זי גערופֿן ׳די צעקראָצלטע גרעטעל׳,‟ האָט זי געזאָגט.

ראָזענזאַפֿט האָט דערציילט, אַז נאָכן פֿאַרלאָזן דעם „די־פּי‟־לאַגער, האָט זײַן משפּחה געוווינט אַכט יאָר אין דער שווייץ און דערנאָך עמיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אָבער יעדן זומער, ביז זײַן טאַטע איז געשטאָרבן אין 1975, פֿלעגט די משפּחה פֿאָרן קיין ישׂראל אויף 3־4 וואָכן, פֿאַרברענגען מיט זייערע פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון „בערגען בעלזען‟.