(די 2 טע זײַט פֿון 4)
איידער מיר גייען אַריבער צו מאירס ענטפֿער אויף דער דאָזיקער, גאָר שאַרפֿער פֿראַגע, איז כּדאַי צו דערמאָנען דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט. גאָלדע מאיר איז געקומען צו דער מאַכט אין 1969, נאָכן ריזיקן נצחון פֿון מדינת־ישׂראל קעגן אַ ריי אַראַבישע לענדער אין דער „זעקס־טאָגיקער מלחמה‟ אין יוני 1967. מיטן נצחון האָט ישׂראל פֿאַרכאַפּט די אַלטע שטאָט פֿון ירושלים, דעם מערבֿ־ברעג, די „הייכן אינעם גולן‟ און אַ טייל פֿון סיני. נאָך דעם וואָס די רירנדיקע בילדער פֿון ייִדן, וואָס דאַווענען בײַם כּותל־מערבֿי, זענען טראַנסמיטירט געוואָרן איבער דער וועלט, איז אויפֿגעקומען אין ישׂראל, ווי אויך אַרום דער גאַנצער ייִדישער וועלט, אַ ריזיק נאַציאָנאַליסטיש געפֿיל. אין דער זעלביקער צײַט, האָט אַ קליינע צאָל ישׂראלים אָנגעהויבן צו וואָרענען וועגן די געפֿאַרן פֿון דער אָנגייענדיקער אָקופּאַציע איבער די יאָרדאַנישע, עגיפּטישע, און סירישע טעריטאָריעס, און ס׳רובֿ ישׂראלים האָבן זייער שטאַרק אָפּגעוואָרפֿן אָט די טענות.
עס דאַכט זיך מיר, אַז ווען בן־ישׂראל האָט געפֿרעגט מאירן וועגן אַ „מעקאַרטי־שטימונג‟ און אַ „לינטש־אַטמאָספֿער‟, האָט ער דווקא אין זינען געהאַט די רעאַקציעס פֿון ס׳רובֿ ישׂראלים אויף די טענות פֿון די לינקע קרײַזן (עס קען זײַן, אַז מײַן אײַנדרוק איז ניט קיין ריכטיקער). מאיר, אָבער, מײַדט אויס יענע קאָנפֿליקטן און אויף אַ קלוגן אופֿן טײַטשט זי אויס די פֿראַגע, אַזוי ווי בן־ישׂראל וואָלט איר געהאַט געפֿרעגט וועגן די סיכסוכים צווישן די פֿרומע און פֿרײַע ייִדן. זי דערקלערט ווײַטער, אַז כאָטש „מע דאַרף זאָרגן דערפֿאַר, וואָס רעליגיעזע ייִדן זאָלן האָבן אַלץ, וואָס זיי נייטיקן זיך, כּדי זיי זאָלן לעבן אַזוי ווי זיי ווילן‟, האָט זי איבערגעגעבן אירע זאָרגן וועגן די פֿאָדערונגען פֿון די רעליגיעזע ייִדן צו דער ייִדישער מלוכה. „די צרות הייבן זיך אָן, ווען עס פֿאַנגט אַ טייל פֿון די רעליגיעזע ייִדן, וועלכע ווילן צווינגען אַלעמען אין לאַנד צו לעבן אַזוי ווי זיי‟. זי דערקלערט ווײַטער, אַז „מדינת־ישׂראל איז ניט אַ מדינה, וואָס איז געבויט אויף הלכה. ס׳איז געבויט אויף געזעצן. און מיר טוען וואָס מיר קענען מיט דעם, אַז מיר זאָלן קענען לעבן צוזאַמען… עס זענען דאָ צוויי טיילן דאָ אין ישׂראל, און זיי דאַרפֿן לעבן צוזאַמען‟.
בן־ישׂראל און מאיר רעדן דערנאָך אַרום אַ ריי קאָנפֿליקטן, וואָס האָבן עקזיסטירט צווישן די פֿרומע ייִדן און דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ערשטנס, דערמאָנט ער דעם סיכסוך איבער פּאַלמעסן מתים. מאיר דערקלערט, אַז מע פֿירט דורך אַ פּאַלמעס בלויז אויב די דאָקטוירים האַלטן, אַז ס׳איז נייטיק; אַז אָן פּאַלמעסן די מתים קען מען ניט געהעריק טרענירן די דאָקטוירים. מאיר רעאַגירט אויף די פּראָטעסטן מצד די אַמעריקאַנער חרדים צו פּאַלמעסן מתים, זאָגנדיק: „ס׳איז אַבסורד, וואָס ייִדן, וואָס היטן אָפּ אַלע מיצוות און זיצן דאָרט אין אַמעריקע, און פֿירן דורך אַ פּראָפּאָגאַנדע קעגן ישׂראל, וואָס אין געוויסע פֿעלער.. קענען אונדזערע שׂונאים ניט קאָנקורירן מיט זיי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.