(די 4 טע זײַט פֿון 4)
נאָכן באַטאָנען, אַז ישׂראל קען אויפֿנעמען נאָך הונדערטער טויזנטער נײַע עולים פֿון רוסלאַנד און וועט קיינמאָל ניט פֿאַרמאַכן אירע טירן פֿאַר ייִדן, וואָס ווילן קומען, האָט זי איבערגעגעבן איר מיינונג וועגן דער ראָלע פֿון מדינת־ישׂראל אין דער ייִדישער וועלט. „איך גלייב, אַז מדינת־ישׂראל מוז זיך זען, אַז זי איז פֿאַראַנטוואָרטלעך צו אַ גרויסן מאַשטאַב פֿאַרן קיום פֿון די ייִדן אויף דער וועלט, פֿאַר זייער קולטורעלן קיום, זייער צוגעבונדנקייט צום ייִדישן פֿאָלק, ניט נאָר צו דער ייִדישער מדינה‟. מאיר באַדויערט דעם פֿאַקט, וואָס ישׂראל דאַרף שטענדיק בלײַבן אויף דער וואַך קעגן אירע אויסלענדישע שׂונאים, ווײַל זי וואָלט בעסער געוואָלט, אַז די יונגע ישׂראלים זאָלן אַרויסגעשיקט ווערן צו „יעדן ייִדישן ייִשובֿ צו לערנען עבֿרית, ייִדישקייט, און אַז מע זאָל זײַן צווישן ייִדן‟, אַנשטאָט צו דינען אין אַרמיי. זי דערקלערט ווײַטער, אַז מע דאַרף פֿאַרגרעסערן „די ייִדישע דערציִונג אין די גלות־לענדער‟, און אַז מדינת־ישׂראל זאָל אונטערשטיצן די ייִדישע טאָג־שולן אין אויסלאַנד.
עס זענען שוין אַריבער 45 יאָר זינט שלמה בן־ישׂראל און גאָלדע מאיר האָבן געשמועסט און אַ סך האָט זיך געביטן במשך פֿון די פֿיר יאָרצענדליקער. טראַכטנדיק וועגן דעם אינטערוויו אין ליכט פֿון די הײַנטיקע געשעענישן, איז עס ממש אַ וווּנדער ווי אַקטועל עס בלײַבן אַ סך פֿון די ענינים, וואָס זיי האָבן אַרומגערעדט.
ס׳איז כּמעט איבעריק צו דערמאָנען, אַז די קאָנפֿליקטן צווישן פֿרומע און פֿרײַע אינעם ייִדישן לאַנד האָבן זיך אַ סך פֿאַרערגערט זינט דער צײַט פֿון גאָלדע מאיר.
פֿאַראַכטאָגן האָבן, למשל, הונדערטער חרדים געמאַכט אַ מהומה אין ירושלים, מחמת מע האָט דורכגעפֿירט אַ פּאַלמעס איבער אַ ייִדיש עופֿעלע. דאָס אַרײַננעמען די חרדים אין מיליטער, וואָס אין מאירס צײַט איז געווען באמת אַ זײַטיקער קאָנפֿליקט, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ וויכּוח, וואָס קען צערײַסן די רעגירונגס־קאָאַליציע און אַרויסברענגען הונדערטער טויזנטער מענטשן אויף די גאַסן צו פּראָטעסטירן קעגן דעם אַזוי־גערופֿענעם „גיוס־השמד‟. די כּסדר־וואַקסנדיקע ראָלע פֿון מדינת־ישׂראל אין שאַפֿן די אידענטיטעט פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות ווערט נאָך אַלץ גאָר אַ שווערע קשיא מיט פֿאַרשידענע מעלות און חסרונות.
כאָטש דער קאָנטעקסט איז גאַנץ אַנדערש, איז בן־ישׂראלס באַמערקונג וועגן אַ „מעקאַרטי־שטימונג‟ און אַ „לינטש־אַטמאָספֿער‟ אין מדינת־ישׂראל, ליידער, גאַנץ אַקטועל אין אַ צײַט, אין וועלכער די ישׂראלדיקע רעגירונג פּרובירט צו שאַפֿן געזעצן אָפּצושוואַכן אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס ווי „בצלם‟, דער „נײַער ישׂראל־פֿאָנד‟ און „שובֿרים שתּיקה‟ און די אולטראַ־נאַציאָנאַליסטישע גרופּעס אַזוי ווי „אם תּרצו‟ לאָזן אַרויס רעקלאַמעס קעגן די „פֿאַררעטער‟, וואָס פֿירן אָן מיט זיי.
קענענדיק, ווי עס זעט אויס, די הײַנטיקע וועלט, אין וועלכער דער סאַמע־וויכטיקסטער ענין וואָס שייך ישׂראלס צוקונפֿט איז דער קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער בכלל און די כּמעט פֿופֿציק־יאָריקע אָקופּאַציע איבערן מערבֿ־ברעג בפֿרט, איז עס גאַנץ טשיקאַווע פֿאַרן הײַנטיקן צוהערער, וואָס בן־ישׂראל האָט דווקא ניט געפֿרעגט קיין פֿראַגע וועגן דעם ענין. אין די יאָרן פֿאַר דער „יום־כּיפּור־מלחמה‟, אָבער, האָבן כּמעט אַלע געמייענט, אַז מע וועט, סוף־כּל־סוף, דערלייזן די סיטואַציע דורך שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די אַראַבישע לענדער. ווי מיר ווייסן שוין, האָט די געשיכטע זיך אַנטוויקלט אויף גאָר אַן אַנדער אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.