הרבֿ בועז פּאַש האָט אין זײַן לעצטן דבֿר־תּורה אין דער „עץ חיים‟־שול אין וואַרשע אונדז געגעבן צו פֿאַרשטיין וואָס איז אַזוינס, השגחה פּרטית. השגחה פּרטית מיינט, אַז גאָט איז דער משגיח, און פּאַסט אויף אויף אַן אינדיווידועלן אופֿן וואָס אַ מענטש טוט אויף דער וועלט. ס׳איז פון תּמיד אָן געווען אַ מחלוקת אויב גאָט מישט זיך טאַקע אַרײַן אינעם לעבן פֿון יעדן יחיד. דער בעל שם טובֿ, למשל, האָט יאָ געגלייבט אין השגחה פּרטית און געפֿאָדערט זײַנע תּלמידים זיך צו פֿירן לויט דעם.
און פֿאַרוואָס ווידמעט דער סימפּאַטישער בעז פּאַש, דער אַמאָליקער רבֿ פֿון קראָקע, דעם דאָזיקן ענין? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער. אפֿשר געדענקט איר, אַז לעצטנס האָט אַ פּאַלעסטינער געשטאָכן אַ רבֿ אין ירושלים? זײַט וויסן, אַז דער דאָזיקער רבֿ איז געווען טאַקע הרבֿ בעז פּאַש.
הייסט עס, אַז אין דער דעבאַטע צווישן די וואָס גלויבן נישט און די וואָס גלויבן יאָ אין השגחה פּרטית האָט הרבֿ בעז פּאַש אַ גוטע סיבה צו גלויבן אַז גאָט האָט אים טאַקע גאַנץ פּערזענלעך געהיט.
„דער זון פֿון שאול‟, דער אונגאַרישער חורבן־פֿילם איז געקומען קיין פּוילן. די פּוילישע פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. מסתּמא איז כּדאי צו באַמערקן, אַז די פּוילישע איבערזעצערס האָבן באַעוולט דעם טיטל פֿונעם פֿילם. ווי מיר ווייסן הייסט דער פילם SAUL FIA; אויף אונגאַריש — שאולס זון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.