אַ שאָפֿערס אומדערוואַרטער ייִחוס

A Cab Driver's Unexpected Family History


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 10, 2016, issue of April 29, 2016.

אַז מע וווינט אין ניו־יאָרק איז עס גרינג צו פֿאַרגעסן ווי אַנדערש עס איז די שטאָט אין פֿאַרגלײַך מיטן איבעריקן טייל פֿונעם לאַנד. אַמעריקע איז גאַנץ פֿאַרשידנאַרטיק און די ווערטן פֿון איין שטאַט און אַפֿילו איין טייל פֿון איין שטאַט קענען זײַן גאַנץ אַנדערש פֿון די ווערטן אין אַן אַנדער אָרט. דערפֿאַר איז עס כּדאַי אַמאָל אַרויסצופֿאָרן פֿונעם „קולטורעלן בלעזל‟ וואָס הייסט ניו־יאָרק און צו פֿאַרברענגען צײַט אין עפּעס אַן אַנדער אָרט, וווּ דאָס לעבן פֿירט זיך אויף אַן אַנדער שטייגער. בפֿרט אַז מע איז אַ זשורנאַליסט.

לעצטנס בין איך געפֿאָרן אויף אַ פּאָר טעג אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, וווּ איך האָב אַ מאָל געאַרבעט צוויי יאָר בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אַמהערסט, אַזוי ווי דער גאַנצער „פּיאָנערישער טאָל‟ אינעם מערבֿדיקן טייל פֿונעם שטאַט, פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקע קולטור, וואָס איז אַ געמיש פֿון אַ פּאָר היפּוכדיקע פֿאַקטאָרן. קודם, ניט געקוקט אויף די פֿינף קאָלעדזשעס, וואָס געפֿינען זיך דאָרטן, איז דער אַרום גאַנץ דאָרפֿיש און זייער אַ סך מענטשן אַרבעטן אויף די אָרטיקע פֿאַרמען. צוליב אָט די פֿאַרמען פֿילט מען געוויסע ענלעכקייטן צו די דרומדיקע שטאַטן און טיילן פֿון פּענסילווייניע, אָהײַאָ אָדער אײַאָוואַ: מע הערט זיך צו צו „קאָנטרי‟־מוזיק, מע טאַנצט „קוואַרראַט־טענץ‟ און די געשעפֿטן פֿאַר ספּאָרטלער פֿאַרקויפֿן ביקסן גלײַך לעבן די בייסבאָל־הענטשקעס. מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרברענגען אין וואַלד און די אָרעמע־לײַט דאָרטן שיסן הירשן, ניט סתּם אויף צו־להכעיס, נאָר ווײַל זיי האָבן ניט גענוג געלט אויף וואָס צו עסן און צוויי אָדער דרײַ הירשן קענען אויסהאַלטן אַ משפּחה דורכן שווערן ווינטער.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער „פּיאָנערישער טאָל‟, להיפּוך צו די סטערעאָטיפּישע דאָרפֿישע ערטער, זייער לינק־געשטימט. אַ טייל פֿון דעם איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ השפּעה פֿון די פֿינף ליבעראַלע קאָלעדזשעס, וואָס געפֿינען זיך דאָרטן, אָבער אַפֿילו אָן זיי זענען די „פּיאָנערישע טאָלניקעס‟ בדרך־כּלל מער ענלעך פּאָליטיש צו די מענטשן אין ווערמאָנט, איידער ניו־יאָרק, שוין אָפּגערעדט פֿון טעקסאַס אָדער פּענסילווייניע. דאָרטן דעבאַטירט די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם שטעטל ניט בלויז וועגן דעם, ווען און ווי אַזוי מע זאָל קענען אַריבערפֿירן די קי אויף די וועגן, נאָר אויך וועגן דעם, צי מע זאָל דערמוטיקן די געשעפֿטן צו בײַטן דעם נאָמען פֿון די „פֿרויען־קלאָזעט‟ אויף „קלאָזעטן אָן אורינאַלן‟ ווײַל דאָס איז, אַ פּנים, מער „פּאָליטיש־קאָרעקט‟.

אַחוץ פּאָליטיק איז פֿאַראַן נאָך אַן אַנדערשקייט צווישן די מענטשן אינעם „פּיאָנערישן טאָל‟, און די מענטשן אין ניו־יאָרק: זיי האָבן ליב צו רעדן. אין ניו־יאָרק הערט מען זעלטן אַ וואָרט פֿון אַ פֿרעמדן מענטש און ווען יאָ, איז עס געוויינטלעך בלויז צוליב דעם, וואָס דער מענטש בעט געלט אויף דער אונטערבאַן. אין אַמהערסט, אָבער, טרעפֿט עס ניט זעלטן, אַז מע זעצט זיך אַוועק אויפֿן אויטאָבוס און עמעצער הייבט גלײַך אָן צו דערקלערן, אָן קיין שום „שלום־עליכם‟ אָדער „ווי הייסט איר‟, פֿאַר וואָס ער האָט זיך געדאַרפֿט גטן מיט זײַן ערשטער פֿרוי אָדער וועגן עפּעס אַן אַנדער גאָר פּריוואַטן ענין. ס׳איז אַזאַ מין אָרט, וווּ יעדער האָט אַ געשיכטע, אַ פּליאָטקע אָדער עפּעס אַ משל, וואָס ער וויל מיטטיילן און אַז מע איז דער איינציקער מענטש דערבײַ, דאַרף מען אים אויסהערן, צי מע וויל, צי ניט.

נאָכן פֿאַרברענגען אַ מאָלצײַט אין אַן אָרטיקער פֿאַרם מיט אַ פֿרײַנדינע, וואָס אַרבעט בײַם „ביכער־צענטער‟ האָב איך אָנגעקלונגען אַ טאַקסי־פֿירמע, כּדי מיך צו פֿירן ביז דער „גרייהאונד‟־סטאַנציע. די טאַקסיס אין אַמהערסט זענען אין גאַנצן ניט ענלעך צו די טאַקסיס אין ניו־יאָרק. קודם, קען מען זיי ניט אָפּשטעלן גלײַך אויף דער גאַס און צווייטנס, זענען זיי ניט ספּעציעלע געלע אָדער גרינע אויטאָס, נאָר סתּם די פּערזענלעכע אויטאָס פֿון די שאָפֿערן, צו מאָל מיט עפּעס אַן אויפֿשריפֿט צוגעשעפּעט צום „ווינטשויב‟, מע זאָל וויסן, אַז ער איז דער ריכטיקער טאַקסי.