אַ מאָל קען אַ לערער זיך אויסלערנען אַ וויכטיקע זאַך — דווקא בײַ איינעם פֿון די תּלמידים.
דזשעסי שטיין, אַ ייִדישע קאָמפּיוטער־לערערקע אין אַן אינדיאַנער רעזערוואַט אין דרום־דאַקאָטע, האָט געפּרוּווט איבערצײַגן דעם תּלמיד זיך אומצוקערן אינעם קלאַס, וווּ מע לערנט די קינדער די שפּראַך פֿונעם לאַקאָטע־שבֿט. בײַם אויספֿרעגן דעם בחור פֿאַר וואָס ער וויל דורכלאָזן דעם קלאַס, אין וועלכן מע לערנט די שפּראַך פֿון זײַן פֿאָלק, האָט ער געפֿרעגט דזשעסי וועגן איר אייגענעם אָפּשטאַם.
„ער האָט מיך געפֿרעגט, פֿון וואַנען איך קום, פֿון וואַנען עס שטאַמט מײַן פֿאָלק און וואָס פֿאַר אַ שפּראַך עס רעדט,‟ האָט דזשעסי דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „ווען איך האָב אים דערקלערט, אַז איך בין אַ ייִדישע טאָכטער און אַז מײַן פֿאָלק רעדט ייִדיש, האָט ער מיך געפֿרעגט, צי איך קען אַליין ייִדיש.‟ ווען דזשעסי האָט געזאָגט, אַז ניין, האָט דער בחור איר געענטפֿערט: „אויב אַזוי, ביסטו אַ היפּאָקריט! וואָס גייט עס דיר אָן, אויב איך רעד ניט קיין לאַקאָטע, ווען דו קענסט אַליין ניט די שפּראַך פֿון דײַן פֿאָלק?‟
די פֿראַגע האָט איר טאַקע געטראָפֿן אין פּינטל. „ווי אַ קינד האָב איך זיך טאַקע געוואָלט לערנען ייִדיש,‟ האָט דזשעסי דערקלערט. „אָבער מײַן פֿאָטער האָט געזאָגט, אַז איך זאָל זיך בעסער אויסלערנען העברעיִש. איך בין פֿון זייער אַן אַסימילירטער היים. מיר זענען געווען ׳רעפֿאָרם׳־ייִדן און כאָטש איך בין געגאַנגען אין שיל און איך האָב געהאַט אַ בת־מיצווה, האָב איך געפֿילט, אַז מײַן תּלמיד איז גערעכט. כ׳בין טאַקע אָפּגעפֿרעמדט פֿון מײַנע אייגענע וואָרצלען. כ׳בין טאַקע געווען אַ שטיקל היפּאָקריט.‟
די טעמע פֿון באַדראָטע שפּראַכן איז טאַקע געווען איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס דזשעסי האָט זיך באַזעצט אינעם רעזערוואַט „פּײַן־רידזש‟. נאָך אַ יאָר אין פֿילאַדעלפֿיע, אין וועלכן זי האָט געלערנט אָרעמע קינדער ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם City Year (שטאָט־יאָר), האָט זי באַשלאָסן, אַז זי וויל וווינען אין גאָר אַן אַנדער סבֿיבה.
„איך האָב שטענדיק געוואָלט וווינען אין אַ דאָרפֿיש אָרט,‟ האָט דזשעסי געזאָגט. „אין אוניווערסיטעט האָב איך זיך געלערנט שפּאַניש און טערקיש, און צוליב מײַנע שפּאַניש־קלאַסן בין איך געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין די באַדראָטע אינדיאַנער שפּראַכן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע און ווי אַזוי מע פּרובירט זיי אויפֿצולעבן. דערפֿאַר האָב איך געוואָלט זען ענלעכע פּראָגראַמען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.‟
דזשעסי האָט זיך דערוווּסט, אַז אין דרום־דאַקאָטע פּרובירט מען אויפֿצולעבן די אָרטיקע אינדיאַנער שפּראַכן דורך נאָוואַטאָרישע פּראָגראַמען אין די שולן. זי האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע דורך דער פּרעסטיזשפֿולער אָרגאַניזאַציע „אַמעריקאָר‟ (Americore) צו אַרבעטן אין אַן אָרטיקער קאַטוילישער מיטלשול וווּ מע לערנט לאַקאָטע אויף אַן אינטענסיוון אופֿן. אַחוצן לערנען אירע אייגענע קלאַסן איז זשעסי דאָרטן אַליין געוואָרן אַ סטודענטקע — זי האָט אָנטייל גענומען אין די לאַקאָטע־קלאַסן, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין אירע תּלמידים און זיך צו דערוויסן וועגן זייער קולטור און זייער אַרום. דזשעסי האָט זיך געדאַרפֿט אַ סך לערנען, ווײַל דאָס לעבן אויף „פּײַן־רידזש‟ איז גאַנץ אַנדערש פֿון איר לעבן אין פֿילאַדעלפֿיע אָדער באָסטאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.