(די 3 טע זײַט פֿון 4)
זײַנענדיק פֿאַרטיפֿט אין די באַמיִונגען אויפֿצולעבן די לאַקאָטע־שפּראַך און קולטור האָט דערפֿירט צו דעם, אַז דזשעסי האָט אַלץ מער געטראַכט וועגן אירע אייגענע וואָרצלען. „איך האָב געדאַרפֿט קומען אַזש קיין דרום־דאַקאָטע, כּדי דער מצבֿ פֿון ייִדיש זאָל פֿילן פֿאַר מיר מער פּערזענלעך,‟ האָט זי געזאָגט. זי האָט באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש אַ גאַנצן זומער אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟. אויף אַ וועבזײַט פֿאַר אַ קאַמפּאַניע צו שאַפֿן געלט צו דעקן די הוצאָות פֿונעם שׂכר־לימוד פֿון „ייִדיש־פֿאַרם‟, האָט זי דערקלערט, אַז זעענדיק ווי דאָס לערנען זיך אַן אָבֿותדיקע שפּראַך האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף אירע תּלמידים און זייערע משפּחות, האָט זי אינספּירירט צו טאָן די זעלביקע מיט ייִדיש.
עטלעכע חדשים איידער זי האָט געדאַרפֿט פֿאָרן אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, איז זי געוואָרן אַקטיוו אין אַ שייכותדיקן קאַמף: זי האָט זיך באַטייליקט אין דעמאָנסטראַציעס קעגן דער נאַפֿט־פֿירמע Energy Transfer Partners, וואָס פּלאַנירט צו בויען אַ ריזיקע רערן־ליניע פֿון צפֿון־דאַקאָטע ביז אילינוי, וואָס דאַרף פֿאָרן אונטערן אינדיאַנער רעזערוואַט „סטענדינג־ראָק‟. אַזוי ווי „פּײַן־רידזש‟, לײַדט „סטענדינג־ראָק‟ — וואָס געפֿינט זיך 6 שעה אויף צפֿון פֿון „פּײַן־רידזש‟ און ציט זיך אויף ביידע זײַטן פֿונעם גרענעץ צווישן צפֿון־ און דרום־דאַקאָטע — פֿון אַ דוחק אין וואַסער צום טרינקען. כואַניִיע לאָק, דזשעסיס אַ נאָענטע חבֿרטע וואָס וווינט אויף „סטענדינג־ראָק‟, האָט געזאָגט דזשעסי, אַז די רערן־ליניע דאַרף געבויט ווערן אונטערן טײַך „מיזורי‟ און וועט דערפֿאַר שטעלן אין געפֿאַר דעם גרעסטן קוואַל פֿון וואַסער אינעם רעזערוואַט.
אין מאַרץ האָבן דזשעסי, כואַניִיע און נאָך אַ חבֿרטע, מאַרגאַרעט פּאָטס געגרינדעט די „פֿייסבוק‟־גרופּע People Over Pipelines (מענטשן זענען וויכטיקער ווי רערן־ליניעס), כּדי צו באַקעמפֿן דעם פּלאַן. זיי האָבן זיך געטראָפֿן מיט די ראָטן פֿון עטלעכע שבֿטים, מיט די עלטערע אָנפֿירער פֿונעם אָרטיקן דאַקאָטע-פֿאָלק און האָבן אָרגאַניזירט פּראָטעסטן. People Over Pipelines, באַנאַנד מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס ווי ReZpect Our Water האָבן פֿאַרשפּרייט אַ פּעטיציע, וואָס האָט געקראָגן מער ווי 200,000 חתימות. אַ גרופּע לויפֿער האָט געטראָגן די פּעטיציע מער ווי 550 מײַל קיין אָמאַהאַ, נעבראַסקע, וווּ עס געפֿינט זיך דער היגער ביוראָ פֿונעם „אַרמיי־קאָרפּוס פֿון אינזשענירן‟, די פֿעדעראַלע אַגענטור וואָס דאַרף באַשטעטיקן און קאָנטראָלירן דעם פּראָגרעס פֿון דער רערן־ליניע. דזשעסי האָט באַגלייט די לויפֿער 15 מײַל פֿון זייער מאַרשרוט.
אין אַפּריל האָבן דעמאָנסטראַנטן געשאַפֿן אַ לאַגער מיטן נאָמען „גײַסט־לאַגער‟, וווּ מענטשן זענען געקומען, כּדי אײַנצושטיין צוזאַמען און פּרובירן אָפּצושטעלן די בוי־אַרבעט. דזשעסי האָט געהאָלפֿן אָרגאַניזירן אַ גרופּע יונגע־לײַט וואָס האָט געריטן אויף פֿערד צום לאַגער, שטעלנדיק זיך אָפּ אין די ערטער, וואָס זענען היסטאָריש וויכטיק אָדער הייליק פֿאַר די דאַקאָטע.
„בײַם אָנהייב האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַ קליינע צאָל מענטשן, אַ מאָל זענען מיר געווען בלויז פֿיר,‟ האָט דזשעסי געזאָגט. „אָבער מיר האָבן געוווּסט, אַז עס וועלן מיט דער צײַט קומען נאָך מענטשן.‟ עס האָט געדויערט עטלעכע חדשים אָבער מע האָט טאַקע אָנגעהויבן צו קומען מאַסנווײַז. שוין אין יולי האָבן פֿולצײַטיק אָנטייל גענומען עטלעכע הונדערט מענטשן פֿון איבער 90 אינדיאַנער שבֿטים. בעת די סוף־וואָכן זענען די רייען פֿון די לאַגערניקערס אויסגעוואַקסן ביז די טויזנטער. פֿילמען פֿונעם לאַגער, און בפֿרט פֿון די צוזאַמענשטויסן צווישן די אָרטיקע פּראָטעסטירער און די בוי־אַרבעטער און זייערע וועכטער זענען ברייט פֿאַרשפּרייט געוואָרן אויף דער טעלעוויזיע און דורך „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟. די קליינע פּראָטעסט־באַוועגונג וואָס דזשעסי האָט געהאָלפֿן גרינדן איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ריזיקער באַוועגונג, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם אויפֿמערק פֿונעם גאַנצן לאַנד.
„ווען ׳גײַסט־לאַגער׳ איז געוואָרן אַזוי גרויס בין איך שוין געווען אויף דער ׳ייִדיש־פֿאַרם׳,‟ האָט דזשעסי דערקלערט. „מײַן טעלעפֿאָן האָט געהאַלטן אין איין קלינגען, ווײַל מײַן נומער איז נאָך אַלץ געווען אויף די פּרעסע־קאָמוניקאַטן. איך האָב טאַקע ניט געוואָלט פֿאַרלאָזן דעם לאַגער. מײַנע חבֿרים האָבן מיך אָבער געזאָגט, אַז איך מוז פֿאָרן. כאַניִיע איז אַ גרויסע אַקטיוויסטקע לטובֿת איר שפּראַך און טאַקע דערפֿאַר האָט זי פֿעסט געהאַלטן, אַז איך זאָל זיך גיין לערנען ייִדיש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.