(די 2 טע זײַט פֿון 4)
„פּײַן־רידזש‟ איז די היים פֿון די „אָגאַלאַ־סיו‟ (Ogala Sioux), איינע פֿון די זיבן סוב־שבֿטים פֿונעם לאַקאָטע־פֿאָלק און אַ טייל פֿונעם גרעסערן „סיו‟־פֿאָלק. דער שטח איז גרעסער פֿון דעלאַווער און ראָד־אײַלענד אין איינעם, אָבער איז אויך איינע פֿון די סאַמע־אָרעמסטע ציבורים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. 80% פֿון די 30,000 אײַנוווינער אינעם רעזערוואַט האָבן ניט קיין אַרבעט און 49% פֿון זיי, אַרײַנגערעכנט 61% פֿון די קינדער, זענען זייער אָרעם. עס פעלט עלעקטריע אָדער וואַסער־לייטונג בײַ כּמעט אַ העלפֿט פֿון די אָרטיקע הײַזער. אַ סך פֿון די מענטשן, וואָס וואָלטן געשעפּט זייער וואַסער פֿון אַ ברונעם קענען ניט, ווײַל גרויסע טיילן פֿונעם רעזערוואַט זענען פֿאַרסמט געוואָרן צוליבן אויסגראָבן אוראַניום אָדער צוליב מיליטערישע פּראָבעס פֿון באָמבעס. די צאָל מענטשן וואָס לײַדן פֿון ראַק איז זייער הויך צוליב דער פֿאַרפּעסטיקטער סבֿיבֿה, און דאָרט לײַדן די אײַנוווינער פֿון אַן אַנדער ריי געזונט־פּראָבלעמען וואָס שטאַמען פֿון אָרעמקייט און איזאָלאַציע (צוקערקרענק, אַלקאָהאָליזם, טובערקולאָז אאַז”וו). דער דורכשניטלעכער אײַנוווינער פֿון „פּײַן־רידזש‟ קען דערוואַרטן אַ קורץ לעבן — בלויז 48 יאָר פֿאַר מענער און 52 פֿאַר פֿרויען. דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער לעבט 78.8 יאָר.
„ס’זענען דאָ אַ סך שוועריקייטן און פּראָבלעמען אין ׳פּײַן־רידזש,׳‟ האָט דזשעסי געזאָגט. „אָבער ס’איז אויך דאָ זייער אַ סך וואָס ווערט בעסער און וואָס איז פּרעכטיק.‟
איין אופֿן ווי אַזוי דאָס לעבן פֿון די „פּײַן־רידזשער‟ אײַנוווינער פֿאַרבעסערט זיך איז די באַציִונג צו זייער מוטערשפּראַך: נאָך דורות פֿון אונטערדריקונג דורך די שולן און רעגירונג־אינסטאַנצן, מאַכט די לאַקאָטע שפּראַך און קולטור איצט דורך אַ רענעסאַנס. שולן אַזוי ווי די „רויטע וואָלקן־שול פֿאַר אינדיאַנער‟, וווּ דזשעסי האָט געאַרבעט, וואָס האָבן ביז די 1970ער יאָרן באַשטראָפֿט די לאַקאָטע־תּלמידים פֿאַרן רעדן זייער מוטערשפּראַך אָדער באַנוצן זיך מיט זייערע לאַקאָטע־נעמען, לערנען הײַנט זייערע תּלמידים ליב צו האָבן זייער קולטורעלע ירושה.
„דאָ רעדט זיך ניט בלויז וועגן די שולן וואָס ווערן אָנגעפֿירט דורכן שבֿט,‟ האָט דזשעסי דערקלערט. „דאָס זענען די קריסטלעכע שולן, די עפֿנטלעכע שולן, די מלוכישע שולן, די פּריוואַטע שולן. אַלע אַרבעטן הײַנט לטובֿת דער לאַקאָטע-קולטור און פּרובירן צו שאַפֿן נײַע לאַקאָטע־רעדער.‟
דזשעסי האָט לעצטנס אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ שפּאָגל־נײַער מיידל־שול, וואָס וועט לייגן דעם טראָפּ אויף די לאַקאָטע־טראַדיציעס. די „פּײַן־רידזש־מיידל־שול‟ לערנט 16 תּלמידות אינעם 6טן און 7טן קלאַס די לאַקאָטע־ווערטן ווי אויך מער אַלגעמיינע לימודים אָבער מיט אַ וויכטיקן קנייטש: אַפֿילו די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס לערנט מען אינעם קאָנטעקסט פֿון דער דער לאַקאָטע־קולטור. דזשעסי האָט דערקלערט, אַז ווען זי לערנט געאָגראַפֿיע, מאַכן די תּלמידות אַ מאַפּע פֿונעם רעזערוואַט און זיי לערנען זיך אויס די לאַקאָטע נעמען פֿאַר די שטעט און שטעטלעך פֿונעם ראַיאָן. אַז מע לערנט וועגן דעם קאָסמאָס, באַטראַכט מען ווי אַזוי דער „גרויסער קנאַל‟ שטימט מיט דער טראַדיציאָנעלער לאַקאָטע־פֿאַרשטאַנד פֿון „מעשׂה־בראשית‟.
„אונדזער ציל איז צו געבן די מיידלעך דעם געפֿיל, אַז זיי געהערן צום לאַקאָטע־פֿאָלק און אַ פֿאַרשטאַנד, וואָס דאָס באַטײַט וואָס שייך זייער לעבן,‟ האָט דזשעסי געזאָגט. „ס׳איז זייער אַן אינטימע שול. ס’וועט זײַן זייער אַ שיין אָרט, אַן אָרט וואָס היילט.‟
דזשעסי, די איינציקע ניט־לאַקאָטע לערערקע אין דער שול, אַרבעט דאָרטן זייער שווער: אַחוץ די געוויינטלעכע אויפֿגאַבעס פֿון אַ לערערקע העלפֿט זי אויך צו קאָכן צוזאַמען מיט די תּלמידות און שאָפֿירט אַ טייל פֿון זיי אין שול אַרײַן און צוריק אַהיים. בסך־הכּל שאַצט די „פּײַן־רידזש מיידל־שול‟, אַז אירע לערערקעס טוען די אַרבעט פֿון 3.5 געוויינטלעכע לערער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.