(די 5 טע זײַט פֿון 5)
וועגן וואָס געקומען?
פֿאַר וואָס מוז מען אַוועק?
צוליב וואָס אַדורך
אַ גאַנצן לעבנסוועג?
פֿראַגעס אַלטע, ווי די וועלט אַליין.
ווי „יהי אור”, וואָס האָט באַשײַנט דעם רוים.
הײַנט ווילט זיך מיר גענוי פֿאַרשטיין
דעם באַשעפֿערס מיין,
דעם באַשעפֿערס טרוים.
בײַ נאַכט אויפֿן הימל צעשטראַלטן איך קוק
און דאָרט צווישן שטערן און זונען אַלץ זוך,
זוך צווישן גרויען קאָסמישן שטויב
כאָטש אַ שפּור אַ קלענסטן
פֿון די עטלעכע ענטפֿערס
וועגן לעבן און טויט.
נאָר די שטערן דאָך אויכעט
ברענען און גייען אויס…
און אפֿשר,
וועט די וועלט די גרויסע
פֿאַרוועלקן אַ מאָל ווי אַ רויז?
צי אין די „יהי אור”־ווערטער
דער געטלעכער פֿלאַם וועט זיך לעשן?
און ווידער חושך אין רוימען וועט הערשן,
און קיינער אין רוים וועט ניט זאָגן „כּי טובֿ”!
ווײַל יעדער בראשית זיך פֿאַרענדיקט מיט סוף?
אפֿשר?..
פֿון וואַנעט איך, אַ שטויבל, זאָל דאָס וויסן?
נאָר שטייענדיק ניט ווײַט פֿונעם ראַנד,
איך האָף, אַז צו מײַנע פֿראַגעס די שליסל,
זענען כאָטש
בײַם באַשעפֿער
פֿאַראַן…
בײַ דער געלעגנהייט וויל איך טאַקע ווינטשן משה לעמסטער, אַז ערשטנס זאָל קלעגן נאָך אַ סך זאַמד, ווייניקסטן 44 מאָל מער ווי סע דאַכט זיך אים (פֿיר־און־פֿערציק מאָל לויטן אַלגעמיינעם מנין פֿון די חנוכּה־ליכטלעך אין יעדער מנורה)! אָדער ווי דאָס פֿאָלק אונדזערס פֿלעג אַמאָל דאָס אויסדריקן: ער זאָל האָבן די יאָרן! ער זאָל אונדז אַלעמען ווײַטער באַרײַכערן מיט זײַן האַרציקער פֿרײַנדשאַפֿט, מיט זײַן גאָט־געבענטשטער שעפֿערישקייט און ער זאָל מזכּה־את־הרבים זײַן מיט נײַע אָריגינעלע ביכער פֿון ייִדישער פּאָעזיע, פּראָזע און עסיייִסטיק! משה־קרוין, זײַ אונדז אַלעמען געזונט און שטאַרק, שעפֿעריש און אויפֿטועריש, גליקלעך און יונג ביז 120! לחיים! אמן סלה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.