(די 2 טע זײַט פֿון 4)
צי קען מען זאָגן אַז דורך „האוצר”, האָט דער ארץ־ישׂראלידיקער עולם זיך פֿאַרליבט אין שלום־עליכם?
דער עולם האָט שוין געקענט שלום־עליכם, און איז געווען זייער צופֿרידן זיך טרעפֿן מיט אים נאָך אַ מאָל, און אויף העברעיִש.
פֿאַר וואָס האָט מען יאָ אויפֿגענומען שלום־עליכמען, און די אַנדערע ייִדישע שרײַבערס - נישט?
קודם־כּל, האָט מען אַנדערע ייִדישע פּיעסעס דווקא יאָ געשפּילט: גאָלדפֿאַדען, שלום אַש, י. ל. פּרץ אאַז״וו. צווייטנס, מיין איך אַז דער עולם האָט פּשוט געוואָלט גיין אין טעאַטער כּדי צו לאַכן און פֿאַרברענגען.
צוליב דעם האָט מען ווײַטער געקליבן דווקא קאָמעדיעס, און נישט ערנסטע דראַמעס פֿון שלום־עליכם?
בײַ שלום־עליכם איז זייער שווער צו זאָגן וואָס הייסט אַ קאָמעדיע און וואָס הייסט אַ דראַמע. למשל, „שווער צו זײַן א ייִד” איז זייער דראַמאַטיש, אָבער די פּיעסע איז פֿאָרט אַ קאָמעדיע. דער עקספּערט פֿון ייִדישן טעאַטער, ד״ר יואל בערקאָוויטש, שרײַבט אַז שלום־עליכם האָט געוואָלט עס פֿאַרקויפֿן אין אַמעריקע, און אַ קאָמעדיע איז תּמיד גרינגער צו פֿאַרקויפֿן.
צי איז שלום עליכם געוואָרן נאָך מער פּאָפּּולער נאָך דעם חורבן? קאַדיע מאָלאָדוואָסקיס בוך „פתחו את השער” (עפֿנט דעם טויער), למשל, איז דערשינען אין 1945 און טאַקע געעפֿנט אַ טויער פֿאַר ייִדישע קינדערלידער.
פֿאַר שלום־עליכמס װערק זײַנען אויך די דרײַסיקער יאָרן געווען זייער פֿרוכטבאַר, סײַ אין הבימה סײַ אין „האוהל” — דער טעאַטער וואָס איז געגרינדט געוואָרן אין יאָר 1925. אין „הבימה‟ האָט מען געשפּילט שלום־עליכמען יעדע צוויי יאָר. שפּעטער, אין 1943, האָט מען פֿאָרגעשטעלט „טובֿיה‟ [אין ישׂראל איז שלום־עליכמס „טבֿיה‟ געוואָרן „טובֿיה‟]. צי איז דאָס געווען אַ ווירקונג פֿונעם חורבן? איך גלייב אַז יאָ. „טובֿיה‟ איז געווען פּאַסיק צוליב די טעמעס פֿון שמד און די קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט די גויים. סוף־כּל־סוף האָט אַפֿילו חנה ראָווינאַ געשפּילט שלום־עליכם: זי איז געווען חוה, און אַ דאַנק איר שאַרם האָט זי זייער מצליח געווען.
דו שרײַבסט אַז הבימה האָט געוויזן „טובֿיה‟ ווי אַן ערד־אַרבעטער, ווי די חלוצים אין ארץ־ישׂראל. עס זעט אויס גאָר אַנדערש ווי מע זעט אים שפּעטער אין „אַ פֿידלער אויפֿן דאַַך”.
נישט „הבימה‟ האָט אַנדעקט טובֿיה ווי אַן ערד־אַרבעטער; „האוהל‟ האָט עס פֿריִער געטאָן. אין זייער פּיעסע „מנחם־מנדל בעל חלומות” זעען מיר אי טובֿיה אי מנחם־מענדל: טובֿיה בלײַבט אויפֿן אָרט, אָבער ווי אַן ערד־אַרבעטער, און מנחם־מענדל איז דער לופֿטמענטש.
אַ חוץ דעם, זעט מען אין „אַ פֿידלער אויפֿן דאַך” אַ מילכיקער אָן קיין שום קאָנטאַקט מיט דער נאַטור, און צום סוף פֿאָרט ער קיין אַמעריקע. זאָל אים ווויל באַקומען, אָבער אין שלום־עליכמס „טבֿיה״ געפֿינט זיך נישט קיין שום רמז פֿון דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.