(די 3 טע זײַט פֿון 4)
צי זײַנען געווען אַנדערע מיטלען צו דערנענטערן שלום־עליכם צו דער העברעיִשע בינע?
יאָ, אויך דער „קאמערי טעאַטער‟, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1945, האָט געוואָלט האָבן שלום־עליכם פֿאַר זיך, און דאָס איז געווען „כּוכבֿים נודדים” (די בלאָנדזענדע שטערן). זיגמונט טורקאָוו, וואָס איז ערשט דעמאָלט געהאַט געקומען פֿון פּוילן, האָט עס רעזשיסירט. ער דערציילט אין זײַנע זכרונות אַז פֿריִער האָט ער זיך באַגעגנט מיט בערטע ווילענסקי, די פֿרוי פֿונעם באַרימטן קאָמפּאָזיטאָר משה ווילענסקי. זי האָט אים פֿאַרדרייט דעם קאָפּ, אַז נאָר זי קען שפּילן רייזל. טורקאָוו איז געווען זיכער אַז זי האָט אויך אַן אויער פֿאַר מוזיק, אָבער צום באַָדויערן, האָט זי דווקא גאָרנישט געקאָנט זינגען. די פּיעסע איז געווען אַזאַ דורכפֿאַל, אַז דרײַסיק יאָר לאַנג האָט דער „קאַמערי‟ זיך נישט דערװעגט זיך צו דערנענטערן צו שלום־עליכם.
נאָר צוליב מאַדאַם ווילנסקי?
דעם אמת געזאָגט, איז עס געװען אַ דורכפֿאַל פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן. טורקאָוו האט נישט פֿאַרשטאַנען די באַדינגונגען פֿון דער נײַער מדינה. מע קען נישט סתּם קאַלקירן.
צי דאַרף מען טאַקע מאַכן פֿון שלום־עליכם אַ סאַברע בכּדי ער זאָל האָבן הצלחה אין ישׂראל?
יאָ, אָבער נישט דורך לײגן אים אַ טעמבעל־היטל אויפֿן קאָפּ. דאָס איז צו גראָב. אין אָט דער „קאַמערי‟ האָט מען שפּעטער געשפּילט „זהבֿ טורקי” (טורקישן גאָלד), אַדאַפּטירט פֿון שלום־עליכמס ווערק. מען האָט פֿאַרוואַנדלט קאַסרילעווקע אין אַ דרומדיקן ישׂראלדיקן שטעטל, אַ מין אופֿקים צי ירוחם פֿון אונדזערע צײַטן. מע האָט עס אַקטואַליזירט. למשל, דאָרט, אינעם „אוצר”, איז דאָ אַ פּאָליצמײַסטער וואָס הייסט האָלאָוועשקע, און אין דער „קאַמערי‟־פּיעסע איז ער געוואָרן קובי חתוכה, אַ ספֿרדישער נאָמען. פּונקט אַזוי האָט מען אויך אַקטואַליזירט גאָגאָלס „רעוויזאָר”. פֿאַר וואָס גאָגאָל יאָ, און שלום־עליכם נישט?
אין יאָר 2005 האָט אופֿירה העניג פֿון „החאן טעאַטער‟ געשטעלט די פּיעסע „עירם של האנשים הקטנים” (די שטאָט פֿון די קליינע מענטשעלעך, אין מײַן איבערזעצונג). איר אינטערפּרעטאַציע איז געווען בכּיוון אַ טונקעלע, אונטער דער השפּעה פֿון דן מירונס בוך „הצד האפל בחיוכו של שלום עליכם” (די טונקעלע זײַט פֿון שלום־עליכמס שמייכל). מע קאָן זאָגן אַז זי האָט אויסגעמעקט דאָס שמייכל פֿון שלום־עליכמס פּנים.
מיט שלום־עליכם קען מען אַלץ מאַכן. ווען איך זע וואָס מע טוט מיט אים, זע איך פֿאַר מײַנע אויגן זײַן שמייכלענדיק פּנים, וואָס איז גרײט אַלץ מוחל צו זײַן. צוליב וואָס דאַרף מען אַזוי באַאַרבעטן דאָס ווערק, אַזוי ווי העניג האָט געטאָן, אַז עס זאָלן דווקא פֿיגורירן סעקסועלע באַציִונגען צווישן די חדר־תּלמידים און דער קראַנקער טאָכטער פֿונעם מלמד, „באַשעפֿעניש”? דאָס פּאַסט פֿאַר באַשעוויסן אָבער נישט פֿאַר שלום־עליכם, וואָס האָט תּמיד מצליח געווען בײַם אַרויסווײַזן די שיינקייט פֿונעם ייִד אַפֿילו אין די סאַמע נישט־שיינע צײַטן. און דאָ איז געווען פּונקט פֿאַרקערט, מען האָט געזען כּמעט נאָר מיאוסקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.