(די 4 טע זײַט פֿון 4)
צי האָט מען אויפֿגעהערט שפּילן שלום־עליכם אויף דער העברעיִשער בינע?
הײַנט צו טאָג, צום באַדויערן — יאָ. אָבער „אַ פֿידלער אויפֿן דאַך” ווערט געשפּילט אינעם „קאַמערי‟ צוליב קאָמערציעלע סיבות און עס דינט זיי גאַנץ ווויל און ברענגט כּסדר אַן עולם. שלום־עליכם איז נישט אַליין. אין יאָר 2000 האָב איך געזען אין „הבימה‟ מיכאל גורעוויטשס אינטערפּרערטאַציע פֿון גאָלדפֿאַדענס „מכשפֿה”. עס איז געווען זייער אַ קלוגע און עלעגאַנטע באַאַרבעטונג, און געוואָרן אַ מין דענקמאָל נאָך דער אַשכּנזישער קולטור. צום סוף שטאַרבט איינער פֿון די אַקטיאָרן, און אַנשטאָט אַ הספּד זינגען אַלע אַקטיאָרן „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען”. דער זאַל איז אויפֿגעשטאַנען, און מיטגעזונגען. שוין זיבעצן יאָר זײַנען אַריבער, און איך ווייס נישט צי הײַנט וואָלט מען אַזוי געטאָן. און אַזוי ווי איך זאָג אַז צו שלום־עליכמען קומט מען אָדער אין די קריזיסן אָדער בײַ די נײַע אָנהײבן, און עס איז נישט שיין צו ווינטשן אונדזערע טעאַטערס קריזיסן, איז ווינטש איך זיי „נײַע אָנהייבן‟.
צום סוף וויל איך דיך פֿרעגן: ווי אַזוי קומסטו צו שלום־עליכמען, און דווקא אויף דער העברעיִשער בינע?
אין בין געבוירן געוואָרן אין בעסעראַביע, אין דער שטאָט בעלץ. מען האָט טאַקע גערעדט ייִדיש אין מײַן שטוב, אָבער מײַן ברודער, וואָס איז עלטער פֿון מיר מיט פֿינף יאָר, האָט נאָך געזען די קרומע ייִדישע געסלעך, און איך בין שוין אַ קינד פֿון די סאָציאַליסטישע בלאָקן. אין יאָר 1975 האָט מען פֿאַרמאַכט אין מײַן שטאָט דעם רוסישן טעאַטער צוליב די נאַציאָנעלע מאָלדאָווישע שטרעמונגען, און אויך בײַ מיר האָט זיך דעמאָלט דערוועקט דער ייִדישער נאַציאָנאַלער גײַסט. שפּעטער, שוין דאָ אין ישׂראל, האָב איך זיך אין גאַנצן אָפּגּעגעבן מיט ייִדישע לימודים, און איך בין אַרײַן אין „בית שלום עליכם‟ אין יאָר 1993.
ווען איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן מײַן דאָקטאָראַט האָב איך געהאַט גאָר אַן אַנדערע טעמע. איך האָב געוואָלט שרײַבן וועגן ייִדיש אין בעסעראַביע, און בפֿרט וועגן ייִדישע שרײַבערס: פֿאַר וואָס אין בעסעראַביע, וווּ איז עס נישט געווען קיין שום סיסטעמאַטישע בילדונג אויף ייִדיש, זײַנען אַרויס אַזוי פֿיל ייִדישע שרײַבערס. אָבער אין איינעם אַ טאָג האָב איך זיך געכאַפּט, אַז איך וויל נישט שרײַבן וועגן דער טעמע. און אַזוי ווי איך אַרבעט אין „בית שלום עליכם‟, און עס איז אַן עבֿירה צו זיצן לעבן ברונעם און נישט טרינקען פֿונעם וואַסער, האָב איך באַשלאָסן צו שרײַבן וועגן מײַנע צוויי ליבעס: שלום־עליכם און טעאַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.