ס’איז ממש אַ מאָדנע זאַך, נאָר אַזוי איז שוין דער מענטש באַשאַפֿן, אַז די העכסטע שעפֿערישע מדרגה דערגרייכט ער אין די סאַמע פֿינצטערע טעג פֿון זײַן לעבן.
דאָס זעט מען בולט אָן בײַם ייִדישן פֿאָלק. זיך געפֿינענדיק אויפֿן ראַנד פֿונעם אָפּגרונט, אין אַ סיטואַציע פֿון אוממענטשלעכן אַבסורד, זײַענדיק געצוווּנגען יעדע רגע זיך צו ראַנגלען פֿאַרן קיום, פֿלעגט דער מענטש אַרויסווײַזן אַן אומגעהערן שעפֿערישן פּאָטענציאַל. אין די געטאָס און קאַצעטן פֿלעגט זיך פּראַקטיש יעדן טאָג באַגיין דער העלדנטאַט, צו וועלכן ס׳האָט גערופֿן דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו. ס’האָט זיך געשריבן דער פּנקס פֿון ייִדישע ליידן און קאַמף; ס’פֿלעגן זיך שאַפֿן ווערק, וואָס האָבן עדות געזאָגט וועגן דער גרויזאַמער ווירקלעכקייט.
די דאָזיקע דערשײַנונג איז ניט נײַ. אַ לענגערע צײַט פֿלעגן ייִדן אויסמײַדן צו שרײַבן די אייגענע געשיכטע ווײַל, לויטן אָנגענומענעם שטאַנדפּונקט, איז די גאַנצע געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק פֿאַרשריבן אין תּנ”ך. דערפֿאַר האָבן די היסטאָרישע געשעענישן, אָנהייבנדיק פֿון דער “גאָלדענער תּקופֿה” פֿון מיטל־עלטער, געפֿונען זייער אָפּשפּיגלונג אין לידער, באַלאַדעס און אַנדערע פּאָעטישע פֿאָרמען.
די אייגנטימלעכקייט פֿון די אַשכּנזישע ייִדן איז פֿון תּמיד אָן געווען דער אַזוי גערופֿענער “טאָפּלטער דנאָ”, ד״ה טרערן דורך געלעכטער און געלעכטער דורך טרערן.
לידער, געשאַפֿענע אין געטאָס און לאַגערן זײַנען ניט קיין אויסנאַם און אין דעם שטעקט זייער כּוח. אין די דאָזיקע לידער זעט מען אָפֿט דעם אָפּטימיזם צי, לכל־הפּחות, אַ דינינקן שטראַל פֿון האָפֿענונג; און נאָך מער — דעם זאַפֿטיקן ייִדישן הומאָר און זעלבסט־איראָניע, סאַרקאַזם און גראָטעסק וואָס דרינגען דורך די שרעקלעכע בילדער. צו מאָל זענען די לידער וואָס רופֿן אַרויס געלעכטער נאָך ווירקלעכער פֿון יענע, וואָס רופֿן צו ווידערשטאַנד.
דער גרויסער פֿאָלקסדיכטער מרדכי געבירטיג, וואָס האָט אין יאָר 1938, אונטער דער השפּעה פֿונעם בלוטיקן פּאָגראָם אין פּוילישן שטעטל פּשיטיק, געשאַפֿן זײַן שרײַענדיק ליד ”ס’ברענט”, האָט נאָך דער אינוואַזיע פֿון די נאַציס אין פּוילן געשריבן אַ ריי לידער, וואָס — ווען ניט זייער טעמאַטיק — וואָלט מען זיי געמעגט כאַראַקטעריזירן ווי לעבנסלוסטיקע. צווישן זיי איז כּדאַי צו דערמאָנען דאָס פֿריילעכע “מינוטן פֿון בטחון” און דעם וואַלס „ס’איז גוט‟, וווּ ער שרײַבט:
דער שׂונא פֿון נעמען
איז מיד שוין און קראַנק,
זיך איבערגעפֿרעסן
און האָט קיין אויסגאַנג –
און ייִדעלעך שרײַען: ס’איז גוט,
און ייִדעלעך קוועלן: ס’איז גוט,
און ייִדעלעך שרײַען: ס’איז גוט,
זײַן סוף וועט באַלד זײַן,
אָמן…
דאָס ליד האָט ער אָנגעשריבן אין קראָקער געטאָ אין מײַ 1942. ביז דער ישועה איז נאָך געווען זייער ווײַט און ביזן דיכטערס אומקום – איינצלנע טעג.
אין געטאָס און לאַגערן פֿון די באַלטישע לענדער זײַנען אויך געווען אייגענע דיכטער, וואָס האָבן געשאַפֿן דעם פּאָעטישן פּנקס. אין דעם אַרבעט־לאַגער ”פּרעטשו” אין ריגע האָט געשריבן זײַנע פּאָעטיש־מוזיקאַלישע עדות דער יונגער יאַט פֿון ליבאַווע (ליעפּאַיאַ) — יאַשע רבינאָוויטש. אין זײַן “קאַצעט־ליד” שילדערט יאַשע אין אַ פֿאָלקסטימלעכן אופן פֿול מיט ייִדישן “שוואַרצן” הומאָר דעם יום־כּיפּור פֿון 1943, ווען די נאַציס האָבן אַריבערגעפֿירט אין ריגער קאַצעט ”קײַזערוואַלד” די 815 לעבן־געבליבענע אַסירים פֿון דער ליבאַווער געטאָ. ווי באַוווּסט איז יום־כּיפּור, ווי אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים, געווען די “באַליבטסטע” צײַט בײַ די נאַציס דורכצופֿירן אַקציעס קעגן ייִדן. דערפֿאַר טרעפֿט זיך דער יום־כּיפּור מאָטיף אין די געטאָ־ און קאַצעטלידער.
די אויפֿזעער אין קײַזערוואַלד זײַנען געווען די אונטערוועלט, געבראַכטע פֿון די דײַטשע לאַגערן — אויך אָנגעטאָן אין געשטרײַפֿטע קליידער פֿון אַסירים. דערפֿאַר האָט מען זיי גערופֿן “זעברעס”. זייער אוניפֿאָרעם איז געווען גוט גענייט און אויסגעפּרעסט. דורך די פֿינצטערע בילדער פֿון פּחד, הונגער און ליידן געפֿינט יאַשע בײַ זיך כּוח צו לאַכן אין פּנים אַרײַן דעם אַכזריות און טויט.
אָט ווי עס שילדערט יאַשע דעם „שיינעם‟ קבלת־פּנים מצד דעם וועכטער בײַם לאַגער־טויער:
אין טיר איז געשטאַנען אין שטרײַפֿן אַ לץ,
געטיילט האָט ער אַלעמען ביטערע פּעטש.
ווען מע האָט די אַסירים אויסגעטיילט די לאַגער־אוניפֿאָרמען פֿלעגן זיי מוזן דורכגיין די אַזוי גערופֿענע סאַניטאַרע באַאַרבעטונג, און איידער זיי האָבן צײַט געהאַט זיך צו באַנוצן מיטן דוש פֿלעגט מען זיי מיט נאַגײַקעס טרײַבן ווײַטער.
געכּשרט האָט מען אונדז אין באָד אויף אַ בעזעם,
אַלץ איז אַוועק, ווי קיין מאָל ניט געוועזן,
מען האָט אונדז די לעצטע די קליידער גענומען
פֿאַר צדקה, פֿאַר זעברעס, פֿאַר ‘מלביש ערומים’.
די קאַצעט־אַסירים פֿלעגט מען בכּיוון אויסטיילן קליידער פֿון ניט קיין פּאַסיקע מאָסן, אַז זיי זאָלן האָבן אַ פּנים פֿון חוזק. גאַנץ אָפֿט זײַנען די קליידער געווען פֿאַרשמירט מיט אַ געלער אָדער ווײַסער פֿאַרב און אויף זיי זײַנען געווען אָנגעצייכנט מיט קרייצן: „מען האָט אונדז געגעבן די וואַזשנע בגדים.‟
דער געלעכטער פֿלעגט העלפֿן די ייִדן אויסצוהאַלטן אויך דעם הונגער:
מען האָט אונדז געהאַלטן ווי חשובֿע געסט,
אויף פֿולן פּענסיאָן, ווי איידעם אויף קעסט,
צו עסן געגעבן אַ שטיקעלע ברויט,
פֿאַר לעבן צו ווייניק, צו פֿיל פֿאַרן טויט.
יאַשעס געניטשאַפֿט אויסצונוצן די ווערטער פֿון דער ייִדישער טראַדיציע אין אַן אומגעוויינטלעכן קאָנטעקסט, וואָס איז מעגלעך אַ דאַנק דער בייגעוודיקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, פֿאַרוואַנדלט דאָס ליד אין אַ מין געלעכטער־געווער.
די רעליגיעז־פֿילאַנטראָפּישע צדקה־אָרגאַניזאַציע “מלביש ערומים”, למשל, וואָס ווערט דערמאָנט אין דעם אויבן־דערמאָנטן ליד, זעט אויס אַזוי אַבסורדיש, אַז ייִדיש, און טאַקע נאָר ייִדיש, קאָן אַרויסרופֿן בײַ די צוהערער געלעכטער דורך טרערן. די מעלאָדיע פֿונעם ליד שטרײַכט אונטער זײַן טראַגישן סאַרקאַזם. זײַענדיק אַריבערגענומען פֿון מ. געבירטיגס “דאָס ליד פֿונעם גאָלדענעם לאַנד”, פֿאַרוואַנדלט זיך די מעלאָדיע אין אַ מין אומגעלומפּערטן מאַרש. געבירטיגס נאָסטאַלגיע נאָך די גליקלעכע קינדעריאָרן, ווען די ליבנדיקע מאַמע פֿלעגט זינגען פֿאַר איר זינדעלע וועגן דעם גאָלדענעם פֿאָלקס־מעשׂה־לאַנד פֿאַרוואַנדלט זיך דאָ אין אַ שוידערלעכער ווירקלעכקייט:
מיר זינגען אַ לידל פֿון הײַנטיקער צײַט,
פֿון ייִדישע צרות, פֿון ייִדישער לײַד.
אויך אין דעם ליד רעדט זיך וועגן קליינע קינדער – “מיר זײַנען ייִנגעלעך קליין”, נאָר זייערע גוטע מאַמעס זײַנען ניטאָ. און דאָס ענלעך־סתּירותדיקע “דאָס לידל פֿון גאָלדענעם לאַנד” בײַ געבירטיגן און “דאָס לידל פֿון אונדזער קאַצעט” בײַ יאַשע רבינאָוויטש זאָגן עדות, אַז דער צונויפֿפֿאַל איז ניט קיין צופֿעליקער.
די באַלויכטונג פֿון דער הונגער־טעמע אין אַ סאַרקאַסטישער פֿאָרעם איז ניט קיין זעלטנקייט אין די געטאָ־ און לאַגערלידער. מע הערט עס אין דעם “רײַכסבאַנליד” פֿונעם 18־יעריקן לעבנסלוסטיקן ליאָווע בערניקער, דעם אַסיר פֿון דעם אַרבעטס־לאַגער “פּרעטשו”.
מיט דער הילף פֿון אַ שלאַגער־מעלאָדיע עצהט ליאָווע אַזוי:
(שמיד, שאַף, אַרבעט פֿאַר דרײַ,
קריגן וועסט אין אָוונט דײַן וואַסער־געקעכץ;
מאַך אַן אָנשטעל, אַז דו אַרבעטסט שווער,
קריגן וועסטו אפֿשר אַ טעלער “זופּ” מער.)
ליאָווע בערניקער איז געשטאָרבן פֿון אויסצערונג אין דעם קאַצעט “שטוטהאָף” אין פּוילן אין אַפּריל 1945.
עטל צין פֿון ליבאַווע, אין איר ליד, צוגעפּאַסט צו דער מעלאָדיע פֿון דעם באַקאַנטן רוסישן מאַרש “געזעגענונג פֿון דער סלאַוויאַנקע”, קלאָגט זיך אין דעם זעלבן ייִדישן נוסח פֿון געלעכטער דורך טרערן:
מיט עסן איז דאָ זייער ביטער –
די זופּ איז עפּעס מאָדנע בלאָ.
און דערצו איז זי אין גאַנצן שיטער,
ווײַל קיין קאַרטאָפֿל פֿאַר אונדז איז נאָך ניטאָ.
דאָס ענלעכע געפֿינען מיר אויך אינעם “הימען פֿון דעם לאַגער פּאַפּלאַקאַ‟ (אין ליבאַווער געגנט, לעטלאַנד), וואָס קלמן לינקימער ברענגט אין זײַן טאָגבוך. דער מחבר פֿונעם “הימען” פּרוּווט צוצוגעבן דעם מאָטיוו פֿון הונגער אַ בײַטעם פֿון הפֿקרדיקייט:
מיט אַכילה איז דאָ גאָר זויער
פֿאַר ייִדן די געטאָ ראַציאָן,
נאָר מען גיט זיך אַן עצה מיט אַ פּויער
און מאַכט בײַ אים אייער, פּוטער, האָן.
שטעלנדיק זייער לעבן אין סכּנה, פֿלעגן די אַסירים פּרוּוון דורכצוטראָגן אין געטאָ שפּײַז. די פּראָדוקטן פֿלעגט מען באַהאַלטן אונטער די קליידער, די קאָפּטיכלעך און אַפֿילו אין די האָר. דערפֿאַר פֿלעגן אַ סך פֿון זיי זיך אומקערן פֿון דער אַרבעט אין שטאָט מיט “אויפֿגעבלאָזענע בײַכער” און “הויקערס”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.