במשך פֿונעם יאָר 2017 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַרום 500 אַרטיקלען און עטלעכע הונדערט בלאָגפּאָסטס, ווידעאָס, דערציילונגען, לידער און ראַדיאָ־באַריכטן. ווי עס פּאַסט פֿאַרן סוף פֿון יאָר ווילן מיר מאַכן אַ שטיקל סך־הכּל און אונטערשטרײַכן די אַרטיקלען, וואָס מיר האַלטן פֿאַר די שטאַרקסטע פֿונעם יאָר. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע קען ניט דערמאָנען אַלע אַרטיקלען וואָס וואָלטן געדאַרפֿט פֿיגורירן אין אַזאַ רשימה און די דאָזיקע ליסטע איז בלויז אַ סוביעקטיווע. זי גיט אָבער אַ גוטן איבערזיכט פֿון דער פֿאַרשיידנקייט פֿון די אַרטיקלען, וואָס מע האָט געדרוקט דאָס יאָר.
די אַרטיקלען ווערן איבערגעגעבן אָן קיין שום סדר:
1) „דאָס פֿיפֿטע קינד פֿון טאָמעשעוו, געפֿונען נאָך 72 יאָר‟. אַמאָל דאַרף אַ זשורנאַליסט גריבלען יאָרן אין אַרכיוו אָדער אינטערוויויִרן צענדליקער מענטשן, כּדי צו כאַפּן אַ „סקופּ.‟ אַמאָל, ווי אין דעם פֿאַל, דאַרף מען פּשוט זײַן אויפֿן ריכטיקן אָרט אין דער ריכטיקער צײַט. אַזוי איז געווען ווען נפֿתּלי איידלמאַן איז בײַגעווען אויף אַ ירושלימער קאָנפֿערענץ פֿון קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה.
2) זעלטן פֿאָרט מען טויזנטער מײַל כּדי מקיום צו זײַן אַ מיצווה. אַפֿילו זעלטענער שרײַבט מען וועגן דעם אַן ערשט־קלאַסישן און רירנדיקן אַרטיקל. אַזוי האָבן אָבער געטאָן ד׳׳ר בערל קאָטלערמאַן און ד׳׳ר סאַשע פּאָליאַן מיט זייער אַרטיקל „סוף־כּל־סוף באַקומט דער נסתּר אַ מצבֿה‟ וואָס באַשרײַבט די דראַמאַטישע געשיכטע ווי אַזוי זיי האָבן געפֿונען דעם קבֿר פֿון „דער נסתּר‟ און געבראַכט אַהין אַ מצבֿה.
3) ברוכה פֿינקעלשטיין האָט במשך פֿונעם יאָר אָנגעשריבן אַ ריי פֿאָרשערישע אַרטיקלען, וואָס אַנטפּלעקן סודות פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע און דערקלערן וואָס זיי באַטײַטן פֿאַר אונדזער הײַנט. אינעם אַרטיקל „דער גורל פֿון די פֿאַרשוווּנדענע ספֿרים פֿון ישיבֿת חכמי לובלין‟ באַווײַזט זי, אַז די ביכער זענען מסתּמא נישט פֿאַרברענט געוואָרן פֿון די נאַציס, ווי אַ סך מענטשן גלייבן.
4) די פּויליש־ייִדישע געשיכטע איז אויך געווען די טעמע פֿון בני מערס אַרטיקל „אַ קוק אויפֿן לעבעדיקן ייִדישן כאַראַקטער פֿון סמאָטשע־גאַס‟, וואָס אַנאַליזירט ווי אַזוי איין אָרעם געסל אין וואַרשע ווערט געשילדערט דורך עטלעכע ייִדישע מחברים, ווי אויך אַ ריי זשורנאַליסטישע באַריכטן און דערקלערט דערבײַ פֿאַר וואָס עס קען ווערן אַ סימבאָל פֿאַרן גאַנצן ייִדישן וואַרשע.
5) ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס עס ווערן זעלטן־ווען הײַנט דערשינען אין „פֿאָרווערטס‟ שטאַרקע וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען איבער די לעצטע ידיעות אינעם פֿעלד פֿון ביאָלאָגיע אָדער אַנדערע לעבנס־וויסנשאַפֿטן. קודם זענען ניטאָ הײַנט אַזוי פֿיל ייִדיש־רעדנדיקע וויסנשאַפֿטלער און ווייניקער פֿון זיי קענען גוט שרײַבן אויף מאַמע־לשון דערצו. דערפֿאַר איז רחל פֿעלדס אַרטיקל „קאָמפּולסיוו עסן‟ און צווישן־דורותדיקע חורבן־טראַוומע‟ געווען אַ חידוש: ער איז אַן אַרטיקל וועגן אַ נײַער מעדיצינישער אַנטדעקונג וואָס איז ספּעציעל שייך דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם.
6) אַחוץ זײַנע ראָמאַנען, דערציילונגען און לידער, צייכנט זיך אויס באָריס סאַנדלער, דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, מיט זײַנע פֿאָרשערישע עסייען וועגן פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿונעם ייִדישן אַמאָל. ספּעציעל שטאַרק איז זײַן לעבעדיקן פּאָרטרעט פֿונעם בעסעראַבער שרײַבער זלמן ראָזענטאַל, וואָס באַשרײַבט זײַנע „צוויי וועלטן‟, בעסעראַביע און פּאַלעסטינע.
7) אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָר זענען די משומדים געוויינטלעך באַטראַכט ווי געפֿערלעכע פֿאַרטרעטער, וואָס האָבן פֿײַנט זייערע ייִדישע וואָרצלען. אַ דאַנק איציק גאָטעסמאַנס פֿאַרכאַפּנדיקן אַרטיקל וועגן דעם ענגלישן שרײַבער חיים אײַזיקס, האָבן די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ זיך דערוווּסט, אַז דער מצבֿ איז אַמאָל געווען מער קאָמפּליצירט.
8) נאָך אַ טעמע וועגן וועלכער מע דערוואַרט ניט צו לייענען שטאַרקע פֿאָרשערישע אַרטיקלען אינעם „פֿאָרווערטס‟ איז די קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט. אַ דאַנק יואל מאַטוועיעוו, אָבער, קענען די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ געניסן פֿון אַרטיקלען וועגן קאָמפּיוטערײַ, אַזוי ווי זײַן העכסט־אינטערעסאַנטער אַרטיקל „די לאַנגע געשיכטע פֿון קאָמפּיוטער־שפּילערײַען‟ וואָס פֿאָרשט אויס די וואָרצלען פֿונעם הײַנטיקן „ווידעאָ־שפּיל‟ אין בויפּלענער, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין ענגלאַנד אין די 1840ער יאָרן.
9) זלמן חסיד, אַ שרײַבער פֿאַר אונדזער בלאָג „עולם החסידות‟, האָט אָנגעשריבן אַ ריי אינטערעסאַנטע און רירנדיקע עסייען במשך פֿונעם יאָר. דער שטאַרקסטער פֿון זיי איז געווען זײַן פּאָרטערט פֿון זײַן זיידן, „מײַן זיידע גיט זיך ניט אונטער‟ וואָס ווײַזט זײַן ליבשאַפֿט פֿאַרן זיידן, וועמענס לעבנס־שטייגער ווערט אַלץ מער און מער אַנדערש פֿון זײַן אייגענעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.