רחלע שצ׳רב (שטשערב)־ווייץ


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

מזל־טובֿ צום 103טן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער ייִדיש־לערערין!

פֿון רחלע שצ׳רב (שטשערב)־ווייץ

מזל־טובֿ צום 103טן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער ייִדיש־לערערין!
די מיטגלידער פֿון אַ ייִדיש־קלוב אין וווּדסטאָק, נ״י מאַכן אַ לחיים לכּבֿוד זייער ליבער אָנפֿירערין, נעמי האַלפּערין, אין איר שטיבל אין וואַלד.Read More


אַ זומערלידל

פֿון רחלע שצ׳רב (שטשערב)־ווייץ

אַ זומערלידל
עס האָט גאָרניט פּאַסירט
מיר זענען נאָר געגאַנגען
אויף אַ זומער־שפּאַציר   אַזוי ווי מיר זענען אַריבער אונטער דער בריק
דאָרטן וווּ די באַן גייט אַריבער
איין מאָל אין אַ נאָווענע
פֿאַר דער אַנדערער בריק
איבערן טײַכל
דאָרטן וווּ ס׳ליגט אַ ברייט פֿעלד
זענען געפֿלויגן הונדערטערער
און אפֿשר טויזנטער
גלי־ווערעמלעך
געשפּריצט זייער ליכט
אַהין און אַהער
געפֿלויגן זיך
גערירט זיך
אומעטום   איבער זיי איז געשטאַנען די לבֿנה
מיט אַ ווײַסן גלאַנץ
געשיקט אַ סימן אַז מאָרגן
וועט זײַן נאָך הייסער.   די טונקעלע רימען בערג
זענען אַזוי ווי געשטאַנען אַרום און אַרום.
ווי שטילע עדות
שלינגען זיי אַרײַן אויכעט
מײַן היציק געשריי.Read More