(די 3 טע זײַט פֿון 4)
לאָמיר זיך אומקערן איצט צוריק צו אונדזערע קאַנאַדער „לבֿ־טהורניקעס‟. לאָמיר פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען ייִדן, און פֿאַרגלײַכן זיי מיט די פּאַלעסטינער פֿונעם קאָנסערוואַטיוו־מוסולמענישן שניט. ווי עס ווערט געוויזן אין אַלוניס פֿילם, איז ווײַט נישט אַלץ אין דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט אַזוי אײַ־אײַ־אײַ. ווי עס ווײַזט דער רעאַלער בײַשפּיל פֿון מער־כאַמיס, קאָן מען פֿאַרן אָפּשאַפֿן די מחיצות און אַרײַנלאָזן די פֿרויען אויף דער בינע קריגן נישט בלויז קלעפּ, נאָר דערשאָסן ווערן אויף טויט. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מדינת־ישׂראל אָדער די מערבֿדיקע לענדער, וואָס לײַדן פֿון אייגענע צרות און זענען אַליין לאַוו־דווקא פֿרידלעך און פֿרײַ — לאָמיר זיך דערמאָנען איראַק, אַפֿגאַניסטאַן און גוואַנטאַנאַמאָ — האָבן דאָס רעכט אַרויפֿצוצווינגען זייערע נאָרמעס און קולטור־ווערטן.
אַלוני, אַ קריטיקער פֿון ציוניזם, האָט ליב די פּאַלעסטינער, נאָר באַציט זיך קריטיש צו זייערע סאָציאַלע פּראָבלעמען. לאָזט זיי צו רו, רופֿט ער אין זײַנע פֿילמען און עסייען, לאָמיר שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וווּ ייִדן און אַראַבער, וועלטלעכע און פֿרומע, קאָנען לעבן צוזאַמען. אויב מע וויל זיי באַקענען מיט די מערבֿדיקע ווערטן — צי ס׳איז כּדאַי, צי נישט — לאָמיר בעסער עפֿענען אין דזשענין אַ פּראָטעסט־טעאַטער.
אויף דער פּרעמיערע זענען געקומען עטלעכע מײַנע חבֿרים, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל לייענער פֿון אונדזער צײַטונג, וועלכע האָבן הנאָה געהאַט פֿון מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל וועגן „לבֿ־טהור‟ און האָבן אָנגעהויבן שמועסן וועגן דעם. אַ טייל ראַדיקאַל־לינקע אַקטיוויסטן זענען נישט צופֿרידן מיט די רדיפֿות קעגן דער דאָזיקער חבֿרה און באַטראַכטן עס, ווי איך האָב געטענהט אין מײַן אַרטיקל, ווי אַ סימן פֿון פּראָ־פֿאַשיסטישע שטימונגען אין קוועבעק. צוליב דער סתּירותדיקער נאַטור פֿונעם ענין, האָבן די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע אָבער נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן זייערע נעמען.
אַחוץ די וועלטלעכע לינקע, האָט אַ ברוקלינער חסידישער יונגערמאַן, וועלכער האָט נאָך דער פּרעמיערע געכאַפּט אַ לעבעדיקן שמועס מיט זשיזשעק וועגן קבלה, אויך באַמערקט, אַז דאָס מערבֿדיקע און ישׂראלדיקע אַראָפּקוקן אויף די „נעבעכדיקע‟ און „געפֿערלעכע‟ פֿרומע פּאַלעסטינער האָט אים דערמאָנט אין דער סיטואַציע מיט דעם, ווי אַזוי די וועלטלעכע ליבעראַלע קרײַזן קוקן אַראָפּ אויף די חסידים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.