„לבֿ טהור‟ און די פּאַלעסטינער?

Lev Tahor and Palestinians?

אַ סצענע פֿונעם פֿילם „קונסט/גוואַלד‟
אַ סצענע פֿונעם פֿילם „קונסט/גוואַלד‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 06, 2014, issue of April 25, 2014.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

זיכער דאַרף מען באַזאָרגן די דערנידעריקטע און באַעוולטע מיט די כּוחות און מאָטיוואַציעס, וואָס קאָנען זיי העלפֿן זיך באַפֿרײַען. די באַפֿרײַונג גופֿא ליגט אָבער אויף זייערע אייגענע פּלייצעס, און דערצו ווענדט זיך אין זייער אייגענער דעפֿיניציע פֿון פֿרײַהייט. דער מלוכישער צוואַנג און פֿרײַהייט איז אַן אָקסימאָראָן.

יריבֿ לעווין, אַ כּנסת־דעפּוטאַט פֿון דער אַליאַנץ „ליכּוד־ביתנו‟, האָט געפּרוּווט צו דריקן אויף דער קאַנאַדער רעגירונג, זי זאָל „מאַכן אַ סוף צו העלבראַנץ און זײַן סעקטע‟. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג „טוט אַלץ וואָס ס׳איז מעגלעך‟ קעגן „לבֿ טהור‟ און ברענגט אַ קאָנקרעטע ציטאַט. יעקבֿ מרגי, אַ דעפּוטאַט פֿון „ש״ס‟, האָט גערופֿן די ספּעציעלע פּאָליציי־כּוחות דורכצופֿירן אַן אָבלאַווע אויף „לבֿ־טהור‟ און „אַוועקלייגן זיי אַלע אין לאַסט־אויטאָס‟.

צום גליק, געפֿינט זיך קאַנאַדע, אין פֿאַרגלײַך מיט דזשענין, אויף אַן אַנדער עק וועלט. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט דורכפֿירן אַזאַ אָפּעראַציע. מע ווייסט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז די תּושבֿים אין דזשענין נעמען אויף די פּאָליטיק פֿון אַזעלכע רעכטע פּאַרטייען, ווי „ליכּוד‟, „ישׂראל ביתנו‟ און „ש״ס‟, אָן קיין גרויסן ענטוזיאַזם. אַדרבה, אויב מע וויל פֿאַרשטאַרקן נאָך שאַרפֿער דעם ראַדיקאַליזם און איזאָלאַציע פֿון אַזעלכע גרופּעס, ווי „לבֿ־טהור‟, זענען די רדיפֿות מצד די נאַציאָנאַליסטישע קוועבעקער פּאָליטיקער בשותּפֿות מיט די דערמאָנטע חבֿרי־הכּנסת די בעסטע עצה דאָס אויפֿצוטאָן.

אויב די באַפֿעלקערונג פֿון „לבֿ־טהורניקעס‟ וועט זיך צעוואַקסן, קאָנען צווישן זיי אויפֿקומען — צי ס’איז גוט, צי נישט — אַזעלכע מענטשן, ווי אַ קאָמוניסטיש געמישט פּאָרפֿאָלק, וואָס וועט גרינדן אַן אייגענעם „פֿרײַהייט־טעאַטער‟, וווּ די מיידלעך וועלן שפּילן „גאָדאָ‟ אויף ייִדיש; אפֿשר, געמישט מיטן פּאַלעסטינער דיאַלעקט פֿון אַראַביש, אין אָנדענק פֿון מער־כאַמיסעס מוסטער — געזונטערהייט. די פּאָליטיקער, מיט זייער גוואַלד, צבֿיעות, אומיושרדיקע מאַכט־שפּילערײַען און פֿאַלשע דעפֿיניציעס פֿון גלײַכקייט און פֿרײַהייט, זאָלן זיי אָבער בעסער לאָזן צו רו.

ס׳איז כּדאַי ווידער צו דערמאָנען, אַז די רדיפֿות קעגן „לבֿ־טהור‟ זענען דערווײַל באַגרינדעט בלויז אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע קלאַנגען און באַשולדיקונגען קעגן געוויסע יחידים. אויב אַפֿילו זיי זענען טאַקע אמת, טאָר מען עס נישט אויסנוצן ווי אַ תּירוץ צו פֿאַרפֿאָלגן אַ גאַנצע גרופּע. אַזוי ווי אינעם משל מיט די פּאַלעסטינער מוסולמענער, אויב אַ מערקווירדיקער טייל פֿון זיי שלאָגן זייערע קינדער און אַפֿילו שטיצן טעראָריזם, איז עס נישט קיין תּירוץ צו דיקטירן זיי אַלע ווי אַזוי צו לעבן. אין ביידע פֿאַלן, דאַרף מען געבן די מענטשן די נייטיקע מיטלען צו באַפֿרײַען זיך פֿון אינערלעכע פּראָבלעמען אָן קיין דרויסנדיקן צוואַנג מצד אַ נאַציאָנאַליסטישער מלוכה.

און וואָס שײַך מער־כאַמיס, קאָנען אונדזערע לייענער איבערלייענען דעם אַרטיקל וועגן אים פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס‟־שרײַבער עדי מהלאל, פֿאַרעפֿנטלעכט באַלד נאָך זײַן טראַגישן טויט.

//yiddish2.forward.com/node/3674