די באַן פֿון ווין קיין מינכן פֿאָרט פֿאַרבײַ שיינע בערג און אָזערעס, אָבער אין בײַערישן טייל פֿון דײַטשלאַנד, אין זײַן קרוינשטאָט, מינכן, דערמאָנט מען זיך אויך אין דער טרויעריקער געשיכטע פֿון היטלערס אויפֿקום, און אין דער ראָלע, וואָס די שטאָט האָט געשפּילט אין דעם נאַצישן קאַפּיטל. אין 1923 האָט היטלער דורכגעפֿירט אין מינכן זײַן פּוטש; דאָ האָט דער מערדער געוווינט עטלעכע יאָר אין די 1930ער יאָרן. אין מינכן האָבן פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד מסכּים געווען צו „שענקען‟ טיילן פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ — סודעטענלאַנד — צו דײַטשלאַנד, אין סעפּטעמבער 1938, מיט דער האָפֿענונג, אַז דאָס וועט זעטיקן דעם דיקטאַטאָרס אַפּעטיט פֿאַר טעריטאָריע און מאַכט. די „מינכנער הסכּמה‟ האָט אָפּגעשפּיגלט די טראַגיש־פּאַסיווע סטראַטעגיע פֿון מערבֿ־אייראָפּע בנוגע היטלערן.
די מאָנומענטאַלע סקולפּטורן און סטאַטועס אויף די מינכנער גאַסן און אין די פּאַרקן לכּבֿוד די אַמאָליקע פֿירשטן און קעניגן, האָבן זיכער געשאַפֿן אַ פּאַסיקע שטימונג פֿאַר דער פֿאַשיסטיסטער פּאַרטיי. אַזאַ קינסטלעריש גדלות זעט מען זעלטן. אָבער נישט געקוקט אויף היטלערס ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער דריט־גרעסטער שטאָט פֿון דײַטשלאַנד שטאָט, האָט ייִדיש דאָ געפֿונען אַ באַשיידן אָרט.
עוויטאַ וויעצי איז די לעקטאָרין פֿון ייִדיש אינעם אָרטיקן „לודוויג־מאַקסימילאַנוס־אוניווערסיטעט‟, און שרײַבט איר דאָקטאָראַט וועגן די ייִדישע וועלטלעכע לערנביכער אין פּוילן. זי האָט מיך פֿאַרבעטן צו רעדן אין ייִדיש אויף דער טעמע — „ווי בויט מען אַ ייִדישלאַנד?‟ — וועגן די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין פּוילן פֿאַרן חורבן. איך האָב אַרויסגעקוקט אויף דער אונטערנעמונג, טשיקאַווע צו וויסן, ווער עס וועט קומען אין מינכן הערן אַ ייִדיש וואָרט. על־פּי־צופֿאַל איז אין דער צײַט געווען אין שטאָט יאָאַכים העמערלע, אַ דײַטשער זשורנאַליסט און פֿאָרשער פֿון מאַנהײַם, וועלכער זאַמלט שוין יאָרן לאַנג מאַטעריאַלן פֿונעם „האַקל־באַקל‟ מאַריאָנעטן־טעאַטער אין פּאַריז. די טרופּע איז אויפֿגעטראָטן בלויז עטלעכע יאָר אין פּאַריז נאָכן חורבן אונטער דער רעזשי פֿון שׂימחה שוואַרץ; און מאַרק שאַגאַל מיט איציק מאַנגער האָבן זיך באַטייליקט. אַ קורצן פֿילם פֿון זייער אויפֿפֿירונג „דוד און גלית‟ קען מען נאָך זען. אַזוי ווי שוואַרץ איז געווען אַ גוט־באַקאַנטער טשערנעוויצער טעאַטער־ און קולטור־טוער, האָבן צוויי באַזונדערע פֿאָרשער בעת מײַן רײַזע מיר געעצהט זיך טרעפֿן מיט העמערלען צוליב מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור־וועלט אין טשערנעוויץ — און דאָ אין מינכן האָב איך אים געפּאַקט.
אויף מײַן רעפֿעראַט זענען געקומען נישט בלויז ייִדיש־סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן, נאָר אויך ייִדן פֿון דער קהילה, קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין די מינכנער „די־פּי‟־לאַגערן באַלד נאָכן חורבן. ייִדיש האָבן זיי גערעדט מיט אַ סך גרײַזן, אָבער פֿאַרשטאַנען אַלץ. נישקשה, האָב איך געטראַכט, אַן עולם פֿון איבער 40 מענטשן איז געקומען הערן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש און געשטעלט אינטערעסאַנטע פֿראַגעס. קיין סך מוזייען האָב איך נישט באַזוכט אין מינכן, כאָטש זיי זענען וועלט־באַרימט, אָבער שפּעט אין אָוונט, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דער זינגערין אַנדרעאַ פּאַנטשור, אַ מינכנער, וועלכע האָט צונויפֿגעשטעלט אַ פּראָגראַם מיטן מוזיקער איליאַ שנייווײַס אונטערן נאָמען „אַלפּען קלעזמער‟, וואָס פֿלעכט צונויף בײַערישע און ייִדישע לידער.
פֿון מינכן בין איך געפֿאָרן מיט דער באַן קיין שטראַסבורג, אינעם עלזאַסער טייל פֿון פֿראַנקרײַך. די פֿינף טעג, וואָס איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט, זענען געווען אַ הויכפּונקט פֿון מײַן נסיעה. מיט יאָרן פֿריִער, אין ניו־יאָרק, ווען דער שטראַסבורגער רפֿאל גאָלדוואַסער איז געקומען אויפֿטרעטן מיט זײַן „לופֿטעאַטער‟, האָט זײַן בינעליכט־רעזשיסאָר, זשאַן מוק, גענעכטיקט עטלעכע טעג בײַ אונדז אין בראָנקס. ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז ער האָט אויך ליב צו קוקן אויף פֿייגל, און אַז זײַן הויז אין אַן עלזאַסער דאָרף גרענעצט זיך מיט אַ ריזיקן וואַלד, האָבן מיר אָפּגערעדט, אַז אַמאָל, וועל איך פֿאַרברענגען מיט אים אין וואַלד, און קוקן אויף די פֿייגל. דאָס באַגעגעניש, וואָס מיר האָבן אָפּגערעדט איז, סוף־כּל־סוף, צו שטאַנד געקומען אין דער ערשטע נאַכט.
שטראַסברוג איז טאַקע אַ שיינע שטאָט, אָבער די דערפֿער אַרום שטראַסבורג געדענקט זיך נאָך מער. ווי באַקאַנט, האָט די ממשלה איבער דעם גרענעץ־שטח פֿון עלזאַס זיך געביטן פֿון דײַטשלאַנד צו פֿראַנקרײַך און צוריק, עטלעכע מאָל. אויף איין מצבֿה אין אַ בית־עולם, געשטעלט פֿאַר אַ מאַן און זײַן פֿרוי, איז דעם מאַנס אויפֿשריפֿט געווען אויף דײַטש, און זײַן פֿרויס אויף פֿראַנצייזיש! נאָר, דער עיקר, האָט מיך פֿאַרכאַפּט די אַלטע ייִדישע געשיכטע פֿון עלזאַס, איינע פֿון די עלטסטע אַשכּנזישע קהילות.
עטלעכע טעג האָב איך פֿאַרבראַכט מיט דער זינגערין לויקאַ טשאַטשקעס און איר מאַן אַנדריי קאָסמיצקי, וועלכע פֿירן אָן מיט אַ רײַזע־ביוראָ — „וואַליזקע‟, וואָס שטעלט דעם טראָפּ אויף דער ייִדישער געשיכטע און קולטור איבער דער וועלט. אַ שפּאַציר אין שטראַסבורג מיט אַנדרייען איז נישט סתּם אַ שפּאַציר; ער קען אַלע אינטערעסאַנטע פֿאַקטן און פּרטים פֿון יעדער גאַס, געסל און הויז. אָבער צו זײַן אַ געניטער, פּראָפֿעסיאָנעלער וועגווײַזער ווי אַנדריי, דאַרף מען נישט בלויז גוט קענען די פֿאַקטן, נאָר אויך זיי איבערגעבן מיט אַ באַגײַסטערונג, וואָס שטעקט אָן דעם צוהערער.
ער האָט אַ מאָל גערעדט אויף פֿראַנצייזיש פֿאַר אונדזער גרופּע, און איין פֿראַנצייזיש וואָרט האָט זיך איבערגעחזרט, ביז ס’איז געוואָרן אַ מאָטיוו אין זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון דער עלזאַסער ייִדישער געשיכטע — „מאַלורוזמאָן‟ — „צום באַדויערן‟. עס האָט זיך געדאַכט, אַז יעדער קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער עלזאַסער געשיכטע האָט זיך געענדיקט מיט דעם „מאַלערוזמאָן‟.
שבת־צו־נאַכטס איז אַ ייִדיש־גרופּע זיך צונויפֿגעקומען בײַ לויקען און מיר האָבן געקוקט דעם פֿילם „דער דיבוק‟; איך האָב גערעדט וועגן דעם פֿילם, פּיעסע, און דיבוקים אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. בײַ דער פֿאַרזאַמלונג האָב איך זיך באַקענט מיט אַן עלזאַסער ייִד, וועלכער, ווי זײַן „צווייטע קאַריערע‟, האָט זיך גענומען צו דער פּרנסה פֿון זײַנע עלזאַסער אָבֿות אין אַ דאָרף, און פֿאַרקויפֿט אַלטוואַרג — אַ באַקאַנטע ייִדישע פּרנסה אויך דאָ אין אַמעריקע.
זונטיק אין דער פֿרי האָט די ייִדיש־גרופּע זיך געטראָפֿן צו הערן מײַן צווייטן רעפֿעראַט וועגן פֿאָלקלאָר, און מיר זענען נאָך דעם געפֿאָרן אויף אַ טור פֿון ייִדישן עלזאַס, אָנגעפֿירט פֿון אַנדריי. צום סוף פֿונעם טור איז מען געגאַנגען הערן אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע און קלאַסישע וואָקאַלע קאָמפּאָזיציעס אויפֿגעפֿירט פֿון דער גרופּע „ל’אַנסאַמבל וואָקאַל העברעיִקאַ” אין אַן אַלטער עלזאַסער סינאַגאָגע אינעם דאָרף אָבעניי. טשאַטשקעס איז געווען איינע פֿון די אַכט זינגערס, און דער דיריגענט איז געווען, ווי זי, אַ ייִד פֿון דרום־אַמעריקע — העקטאָר סאַבאָ.
די לעצטע נאַכט בין איך אײַנגעשטאַנען בײַ רפֿאל גאָלדוואַסער, וואָס איז באַקאַנט ווי אַן אַקטיאָר און רעזשיסאָר, אָבער ער טוט אויף אַ סך מער ווי פֿאָרצושטעלן ייִדישן טעאַטער. אַ דאַנק אים, בין איך געקומען קיין שטראַסבורג, און אַ דאַנק זײַן מי איז די שטאָט געוואָרן דער צווייטער צענטער פֿון ייִדיש אין פֿראַנקרײַך. אַזוינע איבערגעגעבענע ייִדישיסטן האָב איך זעלטן געטראָפֿן אויף מײַן וועג. נישט נאָר אַן אַקטיוויסט, נאָר אַ קינסטלער מיט געשמאַק און פֿרישע געדאַנקען. איך האָב אים אָנגעוווּנטשן נאָך אַ סך געזונטע און שאַפֿערישע יאָרן איידער איך בין ווײַטער געפֿאָרן קיין באַזעל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.