דאָס נײַע ייִדישלאַנד: מינכן און עלזאַס

The New Yiddishland: Munich and Alsace

אין די עלזאַסער פֿעלדער מיט דער ייִדיש־גרופּע און אַ רעגנבויגן
אין די עלזאַסער פֿעלדער מיט דער ייִדיש־גרופּע און אַ רעגנבויגן

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published July 02, 2014, issue of July 18, 2014.

די באַן פֿון ווין קיין מינכן פֿאָרט פֿאַרבײַ שיינע בערג און אָזערעס, אָבער אין בײַערישן טייל פֿון דײַטשלאַנד, אין זײַן קרוינשטאָט, מינכן, דערמאָנט מען זיך אויך אין דער טרויעריקער געשיכטע פֿון היטלערס אויפֿקום, און אין דער ראָלע, וואָס די שטאָט האָט געשפּילט אין דעם נאַצישן קאַפּיטל. אין 1923 האָט היטלער דורכגעפֿירט אין מינכן זײַן פּוטש; דאָ האָט דער מערדער געוווינט עטלעכע יאָר אין די 1930ער יאָרן. אין מינכן האָבן פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד מסכּים געווען צו „שענקען‟ טיילן פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ — סודעטענלאַנד — צו דײַטשלאַנד, אין סעפּטעמבער 1938, מיט דער האָפֿענונג, אַז דאָס וועט זעטיקן דעם דיקטאַטאָרס אַפּעטיט פֿאַר טעריטאָריע און מאַכט. די „מינכנער הסכּמה‟ האָט אָפּגעשפּיגלט די טראַגיש־פּאַסיווע סטראַטעגיע פֿון מערבֿ־אייראָפּע בנוגע היטלערן.

די מאָנומענטאַלע סקולפּטורן און סטאַטועס אויף די מינכנער גאַסן און אין די פּאַרקן לכּבֿוד די אַמאָליקע פֿירשטן און קעניגן, האָבן זיכער געשאַפֿן אַ פּאַסיקע שטימונג פֿאַר דער פֿאַשיסטיסטער פּאַרטיי. אַזאַ קינסטלעריש גדלות זעט מען זעלטן. אָבער נישט געקוקט אויף היטלערס ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער דריט־גרעסטער שטאָט פֿון דײַטשלאַנד שטאָט, האָט ייִדיש דאָ געפֿונען אַ באַשיידן אָרט.

עוויטאַ וויעצי איז די לעקטאָרין פֿון ייִדיש אינעם אָרטיקן „לודוויג־מאַקסימילאַנוס־אוניווערסיטעט‟, און שרײַבט איר דאָקטאָראַט וועגן די ייִדישע וועלטלעכע לערנביכער אין פּוילן. זי האָט מיך פֿאַרבעטן צו רעדן אין ייִדיש אויף דער טעמע — „ווי בויט מען אַ ייִדישלאַנד?‟ — וועגן די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין פּוילן פֿאַרן חורבן. איך האָב אַרויסגעקוקט אויף דער אונטערנעמונג, טשיקאַווע צו וויסן, ווער עס וועט קומען אין מינכן הערן אַ ייִדיש וואָרט. על־פּי־צופֿאַל איז אין דער צײַט געווען אין שטאָט יאָאַכים העמערלע, אַ דײַטשער זשורנאַליסט און פֿאָרשער פֿון מאַנהײַם, וועלכער זאַמלט שוין יאָרן לאַנג מאַטעריאַלן פֿונעם „האַקל־באַקל‟ מאַריאָנעטן־טעאַטער אין פּאַריז. די טרופּע איז אויפֿגעטראָטן בלויז עטלעכע יאָר אין פּאַריז נאָכן חורבן אונטער דער רעזשי פֿון שׂימחה שוואַרץ; און מאַרק שאַגאַל מיט איציק מאַנגער האָבן זיך באַטייליקט. אַ קורצן פֿילם פֿון זייער אויפֿפֿירונג „דוד און גלית‟ קען מען נאָך זען. אַזוי ווי שוואַרץ איז געווען אַ גוט־באַקאַנטער טשערנעוויצער טעאַטער־ און קולטור־טוער, האָבן צוויי באַזונדערע פֿאָרשער בעת מײַן רײַזע מיר געעצהט זיך טרעפֿן מיט העמערלען צוליב מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור־וועלט אין טשערנעוויץ — און דאָ אין מינכן האָב איך אים געפּאַקט.

אויף מײַן רעפֿעראַט זענען געקומען נישט בלויז ייִדיש־סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן, נאָר אויך ייִדן פֿון דער קהילה, קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין די מינכנער „די־פּי‟־לאַגערן באַלד נאָכן חורבן. ייִדיש האָבן זיי גערעדט מיט אַ סך גרײַזן, אָבער פֿאַרשטאַנען אַלץ. נישקשה, האָב איך געטראַכט, אַן עולם פֿון איבער 40 מענטשן איז געקומען הערן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש און געשטעלט אינטערעסאַנטע פֿראַגעס. קיין סך מוזייען האָב איך נישט באַזוכט אין מינכן, כאָטש זיי זענען וועלט־באַרימט, אָבער שפּעט אין אָוונט, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דער זינגערין אַנדרעאַ פּאַנטשור, אַ מינכנער, וועלכע האָט צונויפֿגעשטעלט אַ פּראָגראַם מיטן מוזיקער איליאַ שנייווײַס אונטערן נאָמען „אַלפּען קלעזמער‟, וואָס פֿלעכט צונויף בײַערישע און ייִדישע לידער.

מיט עוויטאַ וויעקי אין מינכן
מיט עוויטאַ וויעקי אין מינכן

פֿון מינכן בין איך געפֿאָרן מיט דער באַן קיין שטראַסבורג, אינעם עלזאַסער טייל פֿון פֿראַנקרײַך. די פֿינף טעג, וואָס איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט, זענען געווען אַ הויכפּונקט פֿון מײַן נסיעה. מיט יאָרן פֿריִער, אין ניו־יאָרק, ווען דער שטראַסבורגער רפֿאל גאָלדוואַסער איז געקומען אויפֿטרעטן מיט זײַן „לופֿטעאַטער‟, האָט זײַן בינעליכט־רעזשיסאָר, זשאַן מוק, גענעכטיקט עטלעכע טעג בײַ אונדז אין בראָנקס. ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז ער האָט אויך ליב צו קוקן אויף פֿייגל, און אַז זײַן הויז אין אַן עלזאַסער דאָרף גרענעצט זיך מיט אַ ריזיקן וואַלד, האָבן מיר אָפּגערעדט, אַז אַמאָל, וועל איך פֿאַרברענגען מיט אים אין וואַלד, און קוקן אויף די פֿייגל. דאָס באַגעגעניש, וואָס מיר האָבן אָפּגערעדט איז, סוף־כּל־סוף, צו שטאַנד געקומען אין דער ערשטע נאַכט.

שטראַסברוג איז טאַקע אַ שיינע שטאָט, אָבער די דערפֿער אַרום שטראַסבורג געדענקט זיך נאָך מער. ווי באַקאַנט, האָט די ממשלה איבער דעם גרענעץ־שטח פֿון עלזאַס זיך געביטן פֿון דײַטשלאַנד צו פֿראַנקרײַך און צוריק, עטלעכע מאָל. אויף איין מצבֿה אין אַ בית־עולם, געשטעלט פֿאַר אַ מאַן און זײַן פֿרוי, איז דעם מאַנס אויפֿשריפֿט געווען אויף דײַטש, און זײַן פֿרויס אויף פֿראַנצייזיש! נאָר, דער עיקר, האָט מיך פֿאַרכאַפּט די אַלטע ייִדישע געשיכטע פֿון עלזאַס, איינע פֿון די עלטסטע אַשכּנזישע קהילות.