דער פֿרילינג קומט אַ ביסל שפּעטער אין די סקאַנדינאַווישע לענדער, האָב איך אויסגערעכנט מײַן נסיעה דורך מערבֿ־אייראָפּע, איך זאָל אָנקומען קיין שוועדן און פֿינלאַנד אין דער צווייטער העלפֿט מײַ. דער ווינטער פֿון 2013—2014 איז בכלל געווען אַ מילדער אין אייראָפּע להיפּוך צום לאַנגן, קאַלטן ווינטער אין ניו־יאָרק, וואָס איז נישט אַריבער ביז אין מיטן אַפּריל.
איידער איך בין אַרויסגעפֿאָרן פֿון ניו־יאָרק האָב איך דערציילט אַ בריטישן מיטאַרבעטער אינעם Forward, אַז איך פֿאָר קיין אַבערדין, שאָטלאַנד, האָט ער מיך געוואָרנט, אַז דאָרטן קען מען זיך גוט אָנפֿרירן. ווען איך בין אַהין אָנגעקומען סוף מאַרץ, האָב איך אים געשיקט אַ דאַנק פֿאַר דער וואָרענונג, אָבער געלאָזט וויסן, אַז די טעמפּעראַטור אין אַבערדין יענעם טאָג איז געווען פּונקט די זעלבע ווי אין ניו־יאָרק!
אין שוועדן האָב איך געהאַט מזל מיטן וועטער, און איך בין שוין אַליין נישט געפֿאָרן פֿון אָרט צו אָרט. איך האָב זיך געטראָפֿן מיט מײַן פֿרוי, נחמה סאָקאָלאָוו, וועלכע האָט פֿאַר דעם פֿאַרבראַכט דרײַ וואָכן אין מאָסקווע און פּעטערבורג, און צוזאַמען זענען מיר אַרומגעפֿאָרן די לעצטע צוויי וואָכן פֿון מײַן רײַזע.
מיט אַ שיף זענען מיר אַריבערגעפֿאָרן איבערן ים פֿון דענמאַרק קיין גאָטעבאָרג, שוועדן, די צווייט־גרעסטע שטאָט אין לאַנד; אַ שיינע שטאָט מיט אַ שיל און אַ ייִדישער קהילה. אַ סקולפּטור לזכּרון דעם העלד פֿונעם חורבן, דעם שוועדישן דיפּלאָמאַט ראַוּל וואַלענבערג, געפֿינט זיך אין מיטן דער שטאָט. פֿון גאָטעבאָרג זענען מיר ווײַטער געפֿאָרן מיט דער באַן קיין שטאָקהאָלם.
אַז ס׳איז לעבעדיק אין דער ייִדיש־וועלט פֿון דער שוועדישער קרוינשטאָט איז נישט קיין נײַעס פֿאַר אונדזערע לייענער. אויף די אָרטיקע זומער־סעמינאַרן האָבן זיך באַטייליקט און אָפּגעגעבן באַריכטן אונדזערע „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענטן גענאַדי עסטרײַך און רחל שעכטער, צווישן אַנדערע. מײַן קאָנטאַקט, יעקבֿ קאַלוסקי, איז איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער טרופּע „די שטאָקהאָלמער ייִדישע טעאַטער־אַמאַטאָרן‟. די גרופּע האָט דאָס יאָר פֿאָרגעשטעלט „גימפּל תּם‟ אויף ייִדיש אין גאָטעבאָרג און שטאָקהאָלם, איידער איך בין אָנגעקומען. ווי איך האָב אויסגעפֿונען אין קאָפּענהאַגן, שטאַמען די בעסטע ייִדיש־קענערס אין שוועדן פֿונעם גירוש־פּוילן אין 1968.
ייִדיש האָט באַקומען אַן אָפֿיציעלן מלוכה־סטאַטוס ווי אַ שוועדישע מינאָריטעטן־שפּראַך אין 2000, ווײַל מע האָט געקענט באַווײַזן, אַז מע רעדט שוין ייִדיש אין לאַנד מער ווי 200 יאָר. אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון סוסאַנע שנײַדערמאַן־ריץ, וועלכע פֿירט אָן מיטן „פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש אין שוועדן‟, איז די אָנערקענונג צו שטאַנד געקומען. דעם „פֿאַרבאַנד‟ האָט מען אָרגאַניזירט מיט יאָרן פֿריִער אין 1976, אָבער מיטן נײַעם סטאַטוס האָט די מלוכה אָנגעהויבן פֿינאַנציעל צו שטיצן זײַנע אַקטיוויטעטן. בײַ מײַנע פֿאָלקלאָר־לעקציעס האָב איך זיך אויך דערוווּסט, אַז שנײַדערמאַן־ריץ קען שיין זינגען אַ זעלטענעם רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער, וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט פֿון איר טאַטן.
אַ שיינער עולם איז געקומען אויף מײַן אָוונט, וווּ איך האָב געהאַלטן איין לעקציע אויף ענגליש און איינע — אויף ייִדיש. אין עולם האָט זיך געפֿונען דער אַמאָליקער הויפּט־רבֿ פֿון שטאָקהאָלם, און אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט פֿון מײַן יוגנט, איזי יאָנג.
ווער איז איזי יאָנג? בײַם אָנהייב פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם „פֿאָלקמוזיק־אויפֿלעב‟ אין אַמעריקע (עס רעדט זיך נישט וועגן קלעזמער־מוזיק, נאָר אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק בכלל) אין די סוף־1950ער יאָרן, בעת וועלכן מע האָט געשפּילט גיטאַר און געזונגען טאָג און נאַכט אינעם „וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק‟ אין ניו־יאָרק, האָט אַ ייִד, איזי יאָנג, געעפֿנט אַ „קלייט‟ מיטן נאָמען „פֿאָלקלאָר־צענטער‟ אין דער געגנט פֿון „גרענישט־ווילעדזש‟. דער אַדרעס איז אין גיכן טאַקע געוואָרן אַ צענטער פֿון דער פֿאָלקמוזיק־באַוועגונג. גיטאַרן, באַנדזשאָס און מאַנדאָלינען זענען געהאָנגען אויף די ווענט, און אינעם קליינעם זאַלכל זענען אויפֿגעטראָטן צום ערשטן מאָל אַזעלכע זינגער ווי באָב דילאָן.
דער הײַנטיקער 86־יאָריקער איזי יאָנג האָט זיך באַזעצט אין שטאָקהאָלם אין 1973 און געעפֿנט אַ נײַעם „פֿאָלקלאָר־צענטרום‟, וווּ נחמה און איך זענען געקומען צו גאַסט, אים אָפּגעבן גרוסן פֿון פֿרײַנד אין אַמעריקע. כאָטש יאָנג קען נישט קיין ייִדיש האָט ער זיך דערמאָנט אַ ייִדיש לידל, וואָס די בעקערײַ־אַרבעטער האָבן געזונגען בעת אַ שטרײַק אין די 1930ער יאָרן צו דער מעלאָדיע פֿון „האָב איך מיר אַן אַלטן דײַם‟.
„זעץ זיך אַוועק בײַם ‘קיטשען־טייבל’, לאַ־לאַ־לאַ…
עסן ברויט מיט אַ יוניאָן־לייבל, לאַ־לאַ־לאַ…
ווען איר טוט עסן נאַשאַנאָל־יוניאָן־ברויט
מאַכט דאָס די באַקן שיין און רויט, לאַ־לאַ־לאַ…
אין שטאָקהאָלם האָבן מיר פֿאַרבראַכט אַ היימישן אָוונט מיט דער ייִדיש־זינגערין אַן קאַלמערינג־יוספֿזאָן, מיט איר מאַן, טאָכטער און איר שוועסטער, סאָניע קאַלמערינג, וועלכע איז אויך אַרײַנגעטאָן אין דער ייִדישער קולטור. אין 2013 האָט אַן מיטגעבראַכט אַ גאַנצע גרופּע יונגע־לײַט פֿונעם ייִדישן כאָר אין שטאָקהאָלם קיין ניו־יאָרק זיך צו באַטייליקן אינעם „קלעזקעמפּ‟, וווּ מע האָט שטודירט ייִדישע לידער און די וואָקאַלע טעכניק פֿון ייִדישן פֿאָלקגעזאַנג. איר מאַן לודוויג איז דער זון פֿונעם באַקאַנטן שוועדישן אַקטיאָר ערלאַנד יוספֿזאָן, איינער פֿון די באַליבטסטע אַקטיאָרן בײַם פֿילם־רעזשיסאָר אינגריד בערגמאַן.
אַן קאַלמערינג יוספֿזאָן זינגט „די מעזינקע אויסגעגעבן‟:
עס האָט מיר באמת הנאה געטאָן צו זען, ווי ערנסט מע נעמט אויף דעם ענין ייִדיש אין שטאָקהאָלם — אַ לאַנד, וווּ מע וואָלט אויף דעם זיך נישט געריכט, און מיר זענען ווײַטער געפֿאָרן קיין העלסינקי, פֿינלאַנד — די לעצטע „סטאַנציע‟ פֿון מײַן נסיעה.
(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/2319, //yiddish2.forward.com/node/3892)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.