(די 4 טע זײַט פֿון 9)
גאַנץ אָפֿט פֿאַראײניקט דאָס ייִדישע װיגליד אין זיך פֿאַרשיידענע זשאַנערס. איינס פֿון די צום מערסטנס דראַמאַטישע וויגלידער „אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה” הייבט זיך אָן ווי אַ היסטאָריש ליד, וואָס שילדערט לאַנג פֿאַרגאַנגענע, פֿאַרגעסענע געשעענישן. מיט אַ טויזנט יאָר צוריק איז צו דער גרענעץ פֿון פּוילן, וואָס האָט אָקאָרשט טועם געווען פֿון קריסטנטום, אָנגעקומען אַ ייִדישער וואַנדערער מיטן נאָמען אַבֿרהם פּראָכאָװניק. די דאָרטיקע אײַנוווינער האָבן דעם װאַנדערנדיקן סוחר און תּלמיד־חכם אויפֿגענומען מיט ברויט און זאַלץ און געבעטן ער זאָל קיניגן איבער זיי און פֿאַראייניקן זייערע שבֿטים, וואָרעם אַזאַ סימן האָבן זיי באַקומען פֿון הימל. דער ייִד האָט זיי נאָכגעגעבן און געוואָרן אַ מלך… אויף איין טאָג. אויף מאָרגן האָט מען זײַן גוף פֿאַר די הינט געװאָרפֿן.
אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה,
די מעשׂה איז גאָר ניט פֿריילעך:
די מעשׂה הייבט זיך אָנעט
מיט אַ ייִדישן מלך…
אָבער דאָס ליד, וואָס האָט אַ היסטאָרישן הינטערגרונט און הייבט זיך אָן ווי אַ פֿאָלקס־מעשׂה, ווײַזט זיך אַרויס פֿאַר אַ ליבעליד.
דער מלך איז אָפּגעשטאָרבן,
די מלכּה איז געוואָרן פֿאַרדאָרבן,
דאָס צווײַגעלע איז אָפּגעבראָכן,
דאָס פֿייגעלע פֿון נעסט אַנטלאָפֿן…
אָבער ניט דאָס איז דאָס וויכטיקסטע אין דעם ליד, ניט דאָס איז די מאַמע אויסן. „כ׳האָב אָנגעוווירן אַזאַ ליבע, — קלאָגט זיך די מאַמע, — וויי איז מיר און ווינד”. און ווײַטער:
וווּ נעמט מען אַזאַ חכם,
ער זאָל קענען מײַנע וווּנדן ציילן?
וווּ נעמט מען אַזאַ דאָקטער,
ער זאָל קענען מײַן האַרץ היילן?..
װאָס זשע קומט דאָ אויס? דאָס וויגליד שײַנט גאָר צו זײַן אַ ליבעליד. בײַ ייִדן? וועמען זשע מיינט די מאַמע — איר פֿאַרשטאָרבענעם צי גאָר אומגעקומענעם מאַן? און אפֿשר, אויב ס׳וועט מיר זײַן דערלויבן אַרויסצוזאָגן אַזאַ קראַמאָלע־געדאַנק, איז זי אויסן איר געליבטן, מיט וועמען זי האָט צוליב עפּעס אַ סיבה ניט געקאָנט פֿאַרבינדן איר מזל?..
אָפֿט ווענדט זיך דאָס ייִדישע װיגליד אין סאָציאַלע פּראָבלעמען און פּרוּװט זיי לייזן. פֿון אַ שלאָפֿליד פֿאַרוואַנדלט זיך עס אין אַ װעקליד, אַ קאַמפֿליד און צו מאָל אויך אַ שרעקליד.
אַז דו, מײַן קינד, וועסט עלטער ווערן,
וועסטו ווערן מיט לײַטן גלײַך;
דעמאָלט וועסטו געווױר ווערן
וואָס הייסט אָרעם און וואָס הייסט רײַך.
די טײַערסטע פּאַלאַצן, די טײַערסטע הײַזער,
דאָס אַלץ מאַכט דער אָרעמאַן;
נאָר ווייסטו, ווער עס טוט אין זיי וווינען?
גאָר נישט ער, נאָר דער רײַכער מאַן…
דער אָרעמאַן, ער ליגט אין קעלער,
דער ווילגאַטש רינט אים פֿון די ווענט;
דערפֿון באַקומט ער אַ רעמאַטן־פֿעלער
אין די פֿיס און אין די הענט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.