וואָס באַטײַט הײַנט די סעקולערע ייִדישקייט און וואָס זענען די מעלות און חסרונות דערפֿון? צי זענען די הײַנטיקע סעקולערע ייִדן אין אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע אַנדערש פֿון זייערע פֿאָרגייערס אין מיזרח־אייראָפּע?
נאָך דעם וואָס אונדזער קאָלומניסטקע מרים האָפֿמאַן האָט אויסגעדריקט די מיינונג, אַז ס׳רובֿ וועלטלעכע ייִדן ווייסן כּמעט גאָרניט וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה האָבן אַ ריי לייענער געענטפֿערט אויף דעם אַרטיקל מיט אַנעקדאָטן וועגן זייערע איבערלעבונגען. אין איר עדיטאָריאַל פֿאַר־סך־הכּלט אונדזער רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער די אָפּרופֿן מצד די פֿאָרווערטס־לייענער און גיט בײַשפּילן פֿון פֿיר סעקולערע ייִדן, וואָס שפּילן אָנפֿירנדיקע ראָלעס אין דער ייִדיש־וועלט און זענען עכטע מומחים פֿון ייִדישקייט.
עטלעכע אַרטיקלען אינעם נומער זענען געווידמעט דער ייִדישער קולטור־ירושה אין אייראָפּע. מיכאל קרוטיקאָוו אין זײַנע רעצענזיעס באַשרײַבט די וואַנטגעמעלן וואָס מע קען נאָך אַלץ זען אויף די ווענט פֿון די אַמאָליקע שילן אין דער בוקאָווינע און אַ פּרטימדיקן איבערבליק פֿון די 400־יעריקער געשיכטע פֿון די דענישע ייִדן. אין זײַן רײַזע־נאָטיץ פֿון וואַרשע דערקלערט בני מער פֿאַר וואָס ער האַלט, אַז די פּאָליאַקן באַציִען זיך הײַנט אַנדערש צו די ייִדן ווי מיט 20 יאָר צוריק. און אין איר רעצענזיע פֿון בני מערס נײַ בוך וועגן דער סמאָטשע־גאַס דערציילט דניאלה מאַוער וועגן דעם שפּרודלדיקן ייִדישן לעבן, וואָס ווערט געשילדערט אויף די זײַטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע.
דער נומער נעמט אויך אַרײַן פּראָפֿילן פֿון צוויי כּמעט היפּוכדיקע כאַריזמאַטישע פֿיגורן אויף דער ייִדישער גאַס. אין זײַן פּראָפֿיל פֿונעם פּראָדוצענט סײַמאָן סטאַר דערקלערט דזשאָרדין קוציק, ווי אַזוי ס׳איז אויסגעקומען, אַז אַן אויסטראַלישער ייִד וואָס קען ניט קיין ייִדיש האָט געגרינדעט אַ קאַפּעליע פֿון 22 מוזיקער וואָס שפּילט אויסשליסלעך אויף מאַמע־לשון. און אין זײַן רעצענזיע פֿון מנשה לוסטיגס אויטאָביאָגראַפֿיע דערציילט שלום בערגער ווי אַזוי דער באַרימטער חסידישער קאָמיקער איז געוואָרן אַזאַ פֿעיִקער כראָניקער פֿונעם הײַנטיקן חסידישן לעבן.
און אַזוי ווי שטענדיק נעמט דער נומער אַרײַן נאָטיצן וועגן די לעצטע געשעענישן אויף דער ייִדישער גאַס, אונדזער עצה־רובריק ”אַ בינטל בליצבריוו“ און נײַע ייִדישע לידער.
פֿאַרפֿעלט ניט קיין איין נומער פֿונעם פֿאָרווערטס. אַבאָנירט זיך הײַנט!.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.