די וואַקסנדיקע דראָונג פֿון טעראָריזם איז געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער טאָג־טעגלעכקייט, און דאָס ווערט אָפּגעשפּיגלט אויף די זײַטן פֿונעם יאַנואַר־נומער פֿאָרווערטס.
די הילע פֿונעם זשורנאַל איז געווידמעט דעם טעראָר־אַטאַק דעם 11טן דעצעמבער, אינעם שטראַסבורגער אײַנקויפֿמאַרק. דאָרטן איז אומגעקומען באַרטאָ פּעדראָ אָרענט־ניעזשעלסקי, אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש וואָס איז מיט אַ יאָר צוריק אויפֿגעטראָטן מיטן אָרטיקן „לופֿט־טעאַטער‟. דער יאַנואַר־נומער נעמט אויך אַרײַן אַן עסיי פֿון ברכה פֿינקעלשטיין, אין וועלכן זי גיט איבער אירע אײַנדרוקן, נאָך דעם וואָס איר שיל האָט אום שבת געוויזן די מתפּללים ווי אַזוי צו אַנטלויפֿן פֿון אַ שיסערײַ.
אַ טראַגעדיע, וואָס אונדזער רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער האָט געזען, איז דער יסוד פֿון איר עדיטאָריאַל, אַ [דבֿר־תּורה וועגן דעם באַטײַט פֿון די ווערטער „הכּר נא!‟ (פּרשת וישבֿ). אויך אין דער אָפּטיילונג פּובליציסטיק: דזשאָרדין קוציק ענטפֿערט אויף יענע לײַט וואָס מיינען, אַז ייִדיש שאַט די אַנדערע ייִדישע שפּראַכן און קולטורן צוליב דער אַזוי־גערופֿענער „אַשכּנאָרמאַטיוויטעט‟, און מרים האָפֿמאַן רופֿט זיך אָפּ אויף אַ רעדנדער, וואָס האַלט, אַז ס׳זענען מער ניטאָ קיין ייִדישע שרײַבער.
אַ ריי אַרטיקלען אינעם יאַנואַר־נומער האָבן אַ שײַכות צום חורבן. דניאל גלאי גיט איבער אין זײַן באַריכט ווי אַזוי אַ פֿרוי האָט זיך דערוווּסט וועגן איר מומע, וואָס איז געווען אַ קינסטלערין אין וואַרשעווער געטאָ און שׂרה קיריטעסקו רעצענזירט פֿרידריך גאָרענשטיינס ראָמאַן „גאולה‟, וואָס איז לעצטנס אַרויס אויף ענגליש. אויך פֿאַרבונדן מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה איז מיכאל קרוטיקאָווס רעצענזיע פֿון יענטע מאַשס דערציילונגען איבערגעזעצט פֿון עלען קאַסעדי.
ניט אַלצדינג אינעם יאַנואַר־נומער איז, חלילה, וועגן טראַגעדיע. אין איר באַריכט פֿון מאָסקווע דערציילט אַלכּסנדרה פּאָליאַן פֿאַר וואָס וועלטלעכע גרוזישע ייִדן האָבן ליב זייער שיל, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿון אַ חב׳׳ד־רבֿ, שלום בערגער גיט איבער ווי אַ גרופּע דאָקטוירים, סאָציאַלע אַרבעטער, קראַנקן־שוועסטער און עסקנים שאַפֿן אַ קאָאַליציע צו באַשיצן דעם געזונט פֿון די ניו־יאָרקער חסידים און יואל מאַטוועיעוו דערקלערט פֿאַר וואָס די קובאַנער ייִדישע ליטעראַטור האָט אָפֿט באַטראַכט דווקא ניט־ייִדישע טעמעס.
אַחוץ דעם קען מען, ווי תּמיד, זיך דערוויסן וועגן די לעצטע ידיעות אין דער ייִדיש־וועלט, ווי למשל, אַ נײַעם ליטעראַרישן זשורנאַל אויף מאַמע־לשון, אַ ייִדיש־שפּראַכיקן אַלבאָם וואָס איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גרעמי‟, און דרײַ חשובֿע פּרעמיעס, וואָס מע האָט לעצטנס צוגעטיילט ייִדישע שרײַבער און איבערזעצער.
דאָס אַלץ, און אַ סך מער, קען מען לייענען אינעם יאַנואַר־נומער פֿאָרווערטס. פֿאַרפֿעלט ניט קיין איין נומער, אַבאָנירט זיך הײַנט!.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.