נײַעס


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

גרופּע וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן האָט ניט געוואָלט קומען צו הזכּרה־צערעמאָניע

אַ פֿראַנצויזישע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן בעת דעם חורבן, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קומען אויף אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין מאַרסיי, צוליב דער פּראָ־ישׂראלדיקער שטעלונג פֿון CRIF — די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון אַלע פֿראַנצויזישע ייִדישע קהילות — וועלכע האָט אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג בשותּפֿות מיט דער מוניציפּאַליטעט.Read More


ישׂראל באַשטעטיקט: בויען נאָך 90 היימען אויף די שטחים

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס פּרעזידענט אָבאַמאַ וועט אין גיכן באַזוכן דעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן, האָט די ישׂראל־רעגירונג באַשטעטיקט, אַז מע וועט בויען 90 נײַע היימען אין בית־אל אויפֿן מערבֿ־ברעג.Read More


פּויפּסט אין רוים רעזיגנירט

צום ערשטן מאָל אין 600 יאָר וועט אַ פּויפּסט זיך צוריקציִען פֿון זײַן אָנפֿירנדיקער פּאָזיציע. פּויפּסט בענעדיקט דעם 16טן האָט מאָנטיק מודיע געווען, אַז דעם 28סטן פֿעברואַר וועט זײַן דער לעצטער טאָג פֿון זײַן אַרבעט.Read More


סיריע: 54 אומגעקומען אין אויפֿרײַס

אַ באָמבע־אויפֿרײַס בײַ אַן אויטאָבוס־סטאַנציע פֿאַר אַ מיליטערישער פֿאַבריק האָט אומגעבראַכט 54 מענטשן, צווישן זיי 11 פֿרויען — אַלע ציווילע אַרבעטער אין דער פֿאַבריק.Read More


ירושלימער פֿוסבאָל־קלוב אונטערגעצונדן

דעם 8טן פֿעברואַר, אַ טאָג נאָך דעם ווי מע האָט אַרעסטירט פֿיר פֿאַנאַטיקער פֿון דער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט „ביתּר־ירושלים‟, האָט מען אונטערגעצונדן דעם טראָפֿעע־צימער פֿון דער מאַנשאַפֿט. מע האָט זיי באַשולדיקט אין העצערישע רייד קעגן די מוסולמענער.Read More


אַנטיסעמיטישע אינצידענטן 5% העכער אין בריטאַניע

במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז געשטיגן אויף 5% די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין בריטאַניע — דער דריט־העכסטער פּראָצענט פֿון אַנטיסעמיטישע אַקטן, וואָס מע האָט אַ מאָל רעקאָרדירט אין לאַנד.Read More


משה פֿרידמאַנס זין טאָרן זיך נישט לערנען אין אַ מיידל-שול

אַנטווערפּן, בעלגיע. — דעם 6סטן פֿעברואַר האָט די פֿרומע אויסגאַבע „כּיכּר השבת‟ איבערגעגעבן, אַז משה-אַריה פֿרידמאַן, אַ קאָנטראָווערסאַלער 40־יאָריקער חרדישער רבֿ, וועלכער איז אַמאָל געווען פֿאַרבונדן מיט דער אַנטי-ציוניסטישער גרופּע „נטורי-קרתּא‟, האָט פֿאַרלוירן דאָס רעכט צו שיקן זײַנע צוויי זין אין אַ פֿרומער שול פֿאַר מיידלעך.Read More


ישׂראל: כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון 19טן צונויפֿרוף

דינסטיק, דעם 5טן פֿעברואַר, האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט די כּנסת פֿון 19טן צונויפֿרוף. בעת דער ערשטער זיצונג זײַנען די דעפּוטאַטן געבראַכט געוואָרן צו שבֿועה געטרײַ צו זײַן דער מלוכה און אירע געזעצן.Read More


„כעזבאָלאַ‟־טעראָריסטן באַשולדיקט אין אַטאַק אין בולגאַריע

צוויי מענער פֿאַרבונדן מיט „כעזבאָלאַ‟ זענען פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק אויף אַ טור־אויטאָבוס אין בורגאַס, בולגאַריע, דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי. זעקס מענטשן, פֿינף פֿון זיי — ישׂראלים, זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם אויפֿרײַס, האָט דינסטיק געמאָלדן אַ באַאַמטער פֿון דער בולגאַרישער רעגירונג.Read More


שטודיע: פּאַלעסטינער לערנביכער נישט אַזוי אַנטי־ישׂראל ווי מע זאָגט

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

אַ פּרטימדיקע שטודיע וועגן די פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע לערנביכער פֿאַר שולקינדער איז געקומען צום אויספֿיר, אַז די פּאַלעסטינער לערנביכער האָבן אַ סך ווייניקער אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע, ווי מע האָט ביז איצט געזאָגט — אַ זאַך, וואָס איז נישט געפֿעלן געוואָרן געוויסע הויכע באַאַמטע אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג.Read More