נײַעס


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

איראַן וואָרנט ישׂראל צוליב דעם אַטאַק קעגן סיריע

סאַיִד דזשאַלילי, דער הויפּט פֿונעם איראַנישן זיכערהייט־ראַט, האָט מאָנטיק געמאָלדן, בעת זײַן וויזיט אין דמשׂק, אַז ישׂראל וועט „חרטה האָבן‟ פֿאַר די מיליטערישע אַטאַקן קעגן סיריע. דזשאַלילי האָט באַטאָנט, אַז סיריע איז „דער פֿראָנט פֿון דער קאָנפֿראָנטאַציע צווישן דער מוסולמענישער וועלט און דער ציוניסטישער פֿאָרמירונג‟, וועלכע וועט „חרטה האָבן פֿאַר איר אַגרעסיע‟.Read More


ישׂראלדיקע זיכערהייט אַרעסטירט געזעצגעבער פֿון „כאַמאַס‟

די ישׂראלדיקע זיכערהייט-כּוחות האָבן אַרעסטירט 25 פּאַלעסטינער אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַרײַנגערעכנט 9 באַקאַנטע געזעצגעבער פֿון „כאַמאַס‟, בעת אַ סעריע אַרעסטן, וועלכע זענען דורכגעפֿירט געוואָרן מאָנטיק אינדערפֿרי אין שכם, חבֿרון, ראַמאַלע און קאַלקיליע.Read More


צוויי מענטשן דערהרגעט אין אַמבאַסאַדע-אויפֿרײַס

אַנקאַראַ, טערקײַ (ייִט״אַ). — פֿרײַטיק, דעם 1טן פֿעברואַר, זענען צוויי מענטשן אומגעקומען בעת אַן אויפֿרײַס בײַם אַרײַנגאַנג צו דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין דער טערקישער הויפּטשטאָט, אַנקאַראַ.Read More


עד קאַטש, אַ ניו־יאָרקער לעגענדע, געשטאָרבן צו 88 יאָר

עדוואַרד ערווינג קאַטש, דער לאַנג־יאָריקער, כאַריזמאַטישער און קאָנטראָווערסאַלער ייִדישער בירגער־מײַסטער פֿון ניו־יאָרק, וועלכער האָט געהאָלפֿן ממש ראַטעווען די שטאָט פֿון באַנקראָט אין די סוף 1970ער יאָרן, איז ניפֿטר געוואָרן פֿרײַטיק פֿאַרטאָג אין עלטער פֿון 88 יאָר.Read More


ישׂראל באָמבאַרדירט קאָנוווי בײַ דער סירישער גרענעץ

צה״ל האָט דינסטיק בײַ נאַכט אַטאַקירט אַ קאָנוווי אויף דער גרענעץ צווישן סיריע און לבֿנון, אויס זאָרג וועגן דעם גורל פֿון סיריעס כעמישע און אַוואַנסירטע קאָנווענציאָנעלע וואָפֿנס, האָט מיט.וואָך איבערגעגעבן אַ מערבֿ­דיקער דיפּלאָמאַט, ווי אויך די אָרטיקע זיכער­הייט־כּוחות.Read More


אימיגראַציע־רעפֿאָרם געוואָרן אַ פּריאָריטעט אין וואַשינגטאָן

אַ וואָך נאָכן אָנהייבן זײַן צווייטע קאַדענץ, האָט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ גערופֿן דעם קאָנגרעס גיך צו געפֿינען אַ מיטל, ווי אַזוי די 11 מיליאָן אומלעגאַלע אימיגראַנטן אין לאַנד זאָלן קאָנען באַקומען בירגערשאַפֿט.Read More


ישׂראל, ייִדישע גרופּעס פֿאַרדאַמען אַרגענטינער־איראַנער קאָמיסיע

ישׂראל און אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איבער דער וועלט האָבן פֿאַרדאַמט דעם פּלאַן מצד אַרגענטינע און איראַן צו שאַפֿן אַ קאָמיסיע אויסצופֿאָרשן דעם אויפֿרײַס פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער „אַמיאַ‟ אין בוענאָס־אײַרעס, אין 1994. די אַרגענטינער געריכטן זאָגן שוין פֿון לאַנג, אַז איראַן האָט געשטיצט דעם אַטאַק, וואָס האָט אומגעבראַכט 85 מענטשן.Read More


אַנטיסעמיטישע אַטאַקן געשטיגן אויף 5% אין אויסטראַליע

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 12 חדשים, איז געשטיגן אויף 5% די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אויסטראַליע, גיט איבער אַ נײַער באַריכט.Read More


חורבן־טאָג בײַ דער „יו־ען‟

זונטיק, דעם 27סטן יאַנואַר, האָט מען אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ.Read More


אַרגענטינער־איראַנער הסכּם וועגן אַטאַק אויף „אַמיאַ‟ (1994)

אַרגענטינע און איראַן האָבן אונטערגעשריבן אַ הסכּם צונויפֿצושטעלן אַן אומאָפּהענגיקן קאָמיטעט, וואָס זאָל אויספֿאָרשן דעם אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־צענטער אין בוענאָס־אײַרעס אין יאָר 1994.Read More