פֿון נח באַרעראַ
דער יוקאַיער בית־החיים איז געװען רעלאַטיװ גרויס קעגן די אַנדערע בית־החיימס אין ראַיאָן און האָט במילא פֿאַרנומען אַ שיין שטיקל אָרט אין דער שטאָט. אפֿשר צו שיין אַן אָרט. אַזוי האָבן געמיינט די אײַנװוינער פֿון שטעטל װאָס פֿלעגן אָפֿט זאָגן וועגן דעם: „בשעת מיר לעבן אין ביטערן דלות ליגן אונדזערע מתים אין מיטן פֿון אַ לעבעדיקן גן־עדן. זיי האָבן כאָטש װוּ צו ליגן.“
Read More
פֿון נח באַרעראַ
דינה איז געזעסן אַליין אין קיך און, װי איר מינהג איז געװען, געהאַלטן אין צוקלעפּן בילדער צו די בלעטער פֿון אַלבאָם. אירע קינדער שלאָפֿן שוין, זייערע װייכע גופֿימלעך באַקװעם צוגעטוליעט צום װאַרעמען לײַלעך. נאָר זי זיצט אומרויִק שטיל. צו מאָל לאָזט זי אַרויס אַ שטילן זיפֿץ, קוים װאָס מע הערט אים, אַזוי װי דאָס פּישטשען פֿון די מײַזעלעך, װאָס לעבן אין דער װאַנט. דער שמאָלער פֿענצטער נעבן איר קוקט אַרויס אויפֿן גאָרטן. די לעצטע שקיעה־שטראַלן שײַנען דורך די צווײַגן פֿונעם האַלב־נאַקעטן בוים. זײַנע אַמאָליקע טונקל־גרינע בלעטער װאַלגערן זיך אויף דער ערד, און זעען אויס אין די שאָטנס שימלדיק און טרוקן װי אַלט פֿאַרפֿוילט ברויט.
Read More
פֿון נח באַרעראַ
דער טויב־ווײַסער עראָפּלאַן איז געפֿלויגן איבער די ליכטיקע געדיכטע וואָלקנס, דאָרט וווּ קיין פֿייגל פֿליִען נישט. דער וואָלקנדיקער הימל האָט אויסגעזען ווי אַ שאָסיי, אויסברוקירט מיט גאָלדענע קישנס פֿון פֿאַרשידענע גרייסן און שטאָף.
Read More
פֿון נח באַרעראַ
דאָס שטעטל יוקאַיע האָט זיך געפֿונען אין אַ גרינעם טאָל, אין אַ גרויסן װײַנגאָרטן, אַרומגערינגלט אויף אַלע זײַטן מיט שיינע בערג. העט העט אויף די בערג זענען געװאַקסן געדיכטע װעלדער, דורך װעלכע הויכע, ברייט געװאַקסענע רויטע ביימער האָבן אַרויסגעשטאַרצט, ממש װי ריזיקע, אויסמוסקולירטע װעכטערס, אײַנגעפֿעסטיקט אין אַ שטיינערנעם מויער.
Read More
פֿון נח באַרעראַ
אַ ברוינער אַלט־מאָדישער וועקער, וואָס איז אויכעט געווען אַ ראַדיאָ, האָט פּלוצלינג זיך צעקלונגען אין דעם שטילן קליינטשיקן שלאָפֿצימער. די ווענט זענען געווען פּוסט און אַחוץ אַ געלעגער איז כּמעט גאָרנישט נישט געווען. כאָטש די פֿיגור וואָס איז געלעגן אין בעט איז געווען אַ יונגערמאַן, האָט ער שוין אויסגעזען ווי אַ קליין־וווּקסיק ייִדל, מיט דיקע שוואַרצע צעשויבערטע האָר און טיפֿע קנייטשן אין שטערן. פּאַמעלעך האָט ער אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ פֿונעם נישט־אויסגעבעטן מאַטראַץ און מיט פֿאַרזשמורעטע אויגן געקוקט אויף די שײַנענדיקע רויטע ציפֿערן. אוי, שוין מיטאָג. זײַן גרויע מאָבילקע, מיט אַ קליינעם צעשפּאַלטענעם גלעזערנעם עקראַן, האָט זיך פּלוצעם אָנגעהויבן צו שאָקלען אויפֿן הילצערנעם טישל, וואָס איז געשטאַנען פֿאַרבאָרגן אין אַ ווינקל.
Read More